קאפיטל זיבן
1 ווארום דער דאזיקער מלכי‑צדק, קעניג פון שלם, א כהן פון ג‑ט דעם אויבערשטן, וואס איז אנטקעגנגעגאנגען אברהמען, ווען ער האט זיך אומגעקערט פונם שלאגן די מלכים און אים געבענטשט, 2 צו וועמען אברהם האט אויסגעטיילט מעשר פון אלעם—ערשטנס באטייט זיין נאמען קעניג פון גערעכטיקייט (ציטירן ניטציטירן) און דערנאך אויך מלך שלם (ציטירן ניטציטירן), דאס הייסט קעניג פון פרידן (ציטירן ניטציטירן); (בראשית יד, יח-כ.) 3 אָן א פאטער, אָן א מוטער, אָן א יחוס, האט נישט קיין אנהויב פון טעג און נישט קיין סוף פון לעבן, אבער ענלעך צום זון פון דער אויבערשטער, בלייבט א כהן אויף אייביק.
4 נו, באטראכט ווי גרויס עס איז געווען דער דאזיקער מענטש, צו וועמען אברהם אבינו האט געגעבן מעשר פון דעם מלחמה-געווינסט. 5 און די, פון די בני לוי, וואס האבן באקומען די כהונה, האבן א מצווה פון דער תורה, צו נעמען מעשר פון פאלק, דאס הייסט זייערע ברידער, הגם זיי קומען ארויס פון אברהמס לענדן; 6 אבער ער, וואס שטאמט נישט אפ פון זיי, האט גענומען מעשר פון אברהמען און געבענטשט אים, וואס האט געהאט די הבטחות. 7 און עס איז דאך אָן ווידערשפרוך, אז דער קלענערער ווערט געבענטשט פונם גרעסערן. 8 און דא נעמען שטערבלעכע מענטשן מעשרות, דארטן אבער איינער, וועגן וועמען עס ווערט עדות געזאגט, אז ער לעבט. 9 און, עס איז אזוי צו זאגן, דורך אברהמען האט אויך לוי, ער, וואס נעמט מעשר, געגעבן מעשר; 10 ווארום ער איז נאך דאן געווען אין די לענדן פון זיין פאטער, ווען מלכי‑צדק איז אים אנטקעגנגעגאנגען.
11 דעריבער, אויב די שלימות וואלט טאקע געווען דורך דער כהונה פון די לוויים, אונטער וועלכער די תורה איז געגעבן געווארן צום פאלק, צו וואס איז נאך נויטיק, אז אן אנדערער כהן גדול זאל אויפשטיין לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק, און נישט גערופן ווערן לויט דער ארדנונג פון אהרן? 12 ווארום מיט דער ענדערונג אין דער כהונה מוז אויך זיין אן ענדערונג אין דער תורה. 13 ווייל ער, פון וועמען די דאזיקע זאכן זענען געזאגט געווארן, האט באלאנגט צו אן אנדער שבט, פון וועלכן קיינער האט נישט געדינט ביים מזבח. 14 ווארום עס איז קלאר, אז אונדזער האר האט געשטאמט פון יהודה, וועגן וועלכן שבט משה האט גארנישט געזאגט וואס שייך כהנים. 15 און עס איז נאכמער קלאר, אויב אן אנדערער כהן שטייט אויף לויט דער ענלעכקייט פון מלכי‑צדק, 16 וועלכער איז נישט געווארן לויט א געזעץ פון א פליישלעך געבאט, נאר לויט דער קראפט פון אן אומענדלעך לעבן; 17 ווארום עס איז עדות געזאגט געווארן וועגן אים:
דו ביסט א כהן אויף אייביק,
לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.
18 ווארום עס געשעט טאקע, אז א פריערדיק געבאט ווערט בטל צוליב זיין שוואכקייט און נוצלאזיקייט. 19 ווארום די תורה האט קיין זאך נישט פולקום געמאכט, נאר דאס אריינפירן פון א גרעסערער האפנונג, דורך וועלכער מיר דערנענטערן זיך צו ה׳. 20 און היות ער איז עס נישט געווארן אָן א שבועה, ווארום זיי טאקע זענען געווארן כהנים אָן א שבועה, 21 אבער ער מיט א שבועה דורך אים, וואס האט צו אים געזאגט:
דער האר האט געשוואוירן,
און וועט נישט קיין חרטה האבן:
דו ביסט א כהן אויף אייביק;
22 אזוי איז יהושע/ישוע* געווארן אן ערב פון א בעסערן בונד. 23 און יענע אבער זענען געווארן מערצאליקע כהנים צוליב דעם, וואס דער טויט האט זיי געשטערט צו בלייבן; 24 אבער ער, צוליב דעם וואס ער בלייבט אויף אייביק, האט א כהונה אומפארענדערלעך. 25 פאלגלעך קען ער אויך פולקום דערלייזן די, וואס קומען צו ה׳ דורך אים, ווארום ער לעבט אייביק, כדי מתפלל צו זיין פאר זיי.
26 ווארום פאר אונדז איז געווען פאסנד אזא כהן גדול, (וואס איז) הייליק, אומשולדיק, לויטער, אפגעזונדערט פון חוטאים און דערהייכט איבער די הימלען; 27 וועלכער נויטיקט זיך נישט טאג אויס טאג איין, ווי יענע כהנים גדולים, קודם כל מקריב צו זיין קרבנות פאר אייגענע זינד, דערנאך פאר די זינד פונם פאלק; דאס דאזיקע האט ער געטאן איינמאל פאר אלעמאל, מקריב זייענדיק זיך אליין. 28 ווארום די תורה האט באשטימט פאר כהנים גדולים מענטשן, וואס האבן געהאט שוואכקייט; אבער דאס ווארט פון דער שבועה, וואס איז שפעטער ווי די תורה, באשטימט דעם זון, וואס איז געמאכט פולקום אויף אייביק.