יעקבס בריוו
1
יעקב, א קנעכט פון ה׳ און דעם האר יהושע/ישוע* המשיח, צו די צוועלף שבטים אין גלות: שלום!
‏2 נעמט עס אָן פאר א גרויסע פרייד, מיינע ברידער, ווען איר פאלט אריין אין כלערליי נסיונות, ‏3 וויסנדיק, אז די אויספרואוואונג פון אייער אמונה ברענגט צו סבלנות. ‏4 זאל אבער די סבלנות האבן א שלמותדיקע פעולה, כדי איר זאלט זיין שלמותדיק און גאנץ, עס זאל אייך גארנישט פעלן.
‏5 אויב אבער עמיצן פון אייך פעלט חכמה, זאל ער בעטן ביי ה׳, וועלכער גיט שפעדיק יעדן איינעם און מאכט נישט צו שאנד, און עס וועט אים געגעבן ווערן. ‏6 נאר זאל ער בעטן מיט בטוח אמונה, גארנישט מסופק; ווארום דער צווייפלער איז געגליכן צו א כוואליע פונם ים, וואס ווערט געטראגן און געטריבן פונם ווינט. ‏7 ווארום יענער מענטש זאל זיך (אפילו) נישט פארשטעלן, אז ער וועט עפעס באקומען ביי דעם האר. ‏8 א מאן מיט צוויי (אנטקעגנגעזעצטע) דעות איז נישט פעסט אין קיינעם פון זיינע וועגן.
‏9 זאל דער שפלדיקער ברודער אבער זיך בארימען מיט זיין גדלות; ‏10 און דער עושר מיט זיין שיפלות; ווייל ווי א בלום פון דעם גראז וועט ער פארגיין. ‏11 ווארום די זון שיינט אויף מיט איר היץ, און פארוועלקט דאס גראז, און די בלום פאלט דערפון אראפ, און די חנעוודיקייט פון זיין געשטאלט ווערט פארדארבן; פונקט אזוי וועט דער רייכער פארוועלקן אין זיינע וועגן.
‏12 וואויל דעם מאן, וועלכער טראגט איבער א נסיון; ווייל ווען ער איז אויסגעפרואווט, וועט ער באקומען די קרוין פון לעבן, וואס דער האר האט צוגעזאגט די, וועלכע האבן אים ליב. ‏13 זאל קיינער נישט זאגן, ווען ער ווערט אויסגעפרואווט: איך ווער אויסגעפרואווט פון ה׳; ווארום ה׳ קען נישט אויסגעפרואווט ווערן מיט שלעכטס, און ער אליין פרואווט קיינעם נישט אויס; ‏14 יעדער איינער אבער ווערט אויסגעפרואווט, ווען ער ווערט גערייצט פון זיינע אייגענע תאוות און געלאקט. ‏15 דאן ווערט די תאווה מעוברת און טוט געבוירן זינד; און די זינד, ווען זי איז געווארן רייף, געווינט דעם טויט. ‏16 בלאנדזשעט נישט, ברידער מיינע געליבטע. ‏17 יעדע גוטע גאב און יעדע שלמותדיקע מתנה איז פון אויבן, און קומט אראפ פון דעם פאטער פון ליכט, ביי וועמען עס איז נישט פאראן קיין פארענדערונג אדער א שאטן פון א שנוי. ‏18 פון זיין אייגענעם רצון האט ער אונדז געבוירן דורך דעם ווארט פון אמת, כדי מיר זאלן זיין אן ארט ביכורים (ערשטע פרוכט) פון זיינע באשעפענישן.
‏19 דאס ווייסט איר, ברידער מיינע געליבטע. נאר זאל יעדער מענטש זיין גיך צום הערן, פאמעלעך צום רעדן, פאמעלעך צום ווערן אין כעס; ‏20 ווארום א מענטשנס צארן איז נישט פועל די גערעכטיקייט פון ה׳. ‏21 דעריבער, טוט אפ (פון זיך) יעדע אומריינקייט און איכערפלוס פון שלעכטסקייט, נעמט אָן מיט ענווה דאס איינגעפלאנצטע ווארט, וואס איז בכוח צו ראטעווען אייערע נשמות. ‏22 זייט אבער טוער פונם ווארט, און נישט בלויז הערער, וואס פארפירן זיך אליין. ‏23 ווייל אויב עמיצער איז א הערער פונם ווארט, און נישט קיין טוער, איז דער דאזיקער געגליכן צו א מאן, וועלכער קוקט אויף זיין לייבלעך פנים אין א שפיגל; ‏24 ווארום ער האט געקוקט אויף זיך און איז אוועקגעגאנגען; און גלייך פארגעסן, ווי ער האט אויסגעזען. ‏25 דער אבער, וועלכער האט אריינגעקוקט אין דער שלמותדיקער תורה, די תורה פון פרייהייט, און פארבלייבט דערין, נישט זייענדיק קיין הערער, וואס פארגעסט, נאך א טוער בפועל (ממש), איז וואויל דעם דאזיקן אין זיין טאן. ‏26 אויב עמיצער מיינט, אז ער איז פרום, און האלט נישט זיין צונג אין דער צוים, נאר באטריגט זיין הארץ, איז דעם דאזיקנס פרומקייט פוסט. ‏27 א לויטערע און אומבאפלעקטע פרומקייט פאר אונדזער ג‑ט און פאטער איז די דאזיקע: השגחה צו געבן אויף יתומים און אלמנות אין זייערע צרות, און זיך צו האלטן אומבאפלעקט פון דער וועלט.