קאפיטל דרייצן
1 זאל די ברידערלעכע ליבע בלייבן. 2 פארגעסט נישט די גאסט פריינדלעכקייט; ווארום דאדורך האבן אייניקע מכניס אורח געווען מלאכים נישט וויסנדיקערהייט. 3 געדענקט די געפאנגענע, ווי איר אליין וואלט געווען מיטגעפאנגענע, און די ליידנדיקע, אזויווי איר זענט אויך נאך אין דעם גוף. 4 די הייראט זאל געהאלטן ווערן טייער פון אלעמען און דאס בעט—נישט באפלעקט; ווארום די זונים און נואפים וועט ה׳ משפטן. 5 אייער ליבע זייט—אָן געלטגייציקייט; זייט צופרידן מיט דעם, וואס איר האט; ווארום ער אליין האט געזאגט:
איך וועל דיך אויף קיין פאל נישט פארווארפן,
איך וועל אויך אויף קיין פאל דיך נישט פארלאזן.
(דברים לא, ו.)
6 אזוי, אז מיר קענען זאגן בטחון פול:
דער האר (ג‑ט) איז מיין העלפער,
איך וועל מיך נישט שרעקן;
וואס וועט א מענטש מיר טאן?
(תהלים קיח, ו.)
7 געדענקט אייערע מנהיגים, וועלכע האבן צו אייך גערעדט ה׳ס ווארט; און טוט זיי נאך אין אמונה; קוקט זיך צו צו דעם תכלית פון זייער לעבן. 8 יהושע/ישוע* המשיח איז דער זעלביקער נעכטן, און היינט, און אויף אייביק. 9 לאזט זיך נישט פארפירן פון פארשיידענע און פרעמדע תורות; עס איז גוט, אז דאס הארץ זאל באפעסטיקט ווערן מיט חסד, נישט מיט מאכלים; פון וועלכע די, וואס זענען זיך מיט זיי פארנומען, האבן קיין פעולה נישט געהאט. 10 מיר האבן א מזבח, פון וועלכן די דינער פונם משכן האבן נישט קיין רעכט צו עסן. 11 ווארום די קערפערס פון די בהמות, וועמעס בלוט דער כהן גדול האט אריינגעברענגט פאר לכפרת החטא אין דעם מקום קדוש אריין, ווערן פארברענט מחוץ למחנה. 12 דערפאר האט אויך יהושע/ישוע* געליטן מחוץ לשער, כדי צו הייליקן דאס פאלק דורך זיין אייגן בלוט. 13 לאמיר דעריבער ארויסגיין צו אים אויסער דער מחנה און טראגן זיין חרפה. 14 ווארום דא האבן מיר נישט קיין בלייבנדיקע שטאט, נאר די צוקונפטיקע זוכן מיר. 15 לאמיר דעריבער תמיד מקריב זיין דורך אים א קרבן פון לויב צו ה׳, דאס הייסט די פירות פון ליפן, וואס זענען מתוודה צו זיין נאמען. 16 און פארגעסט נישט צו טאן גוטס און אויסצוטיילן (צו ארומעלייט); ווארום אזעלכע קרבנות זענען וואוילגעפעליק צו ה׳. 17 זייט געהארכזאם צו אייערע מנהיגים און אונטערטעניקט זיך (צו זיי); ווארום זיי וואכן איבער אייערע זעלן, ווי זיי וואלטן געהאט אפצוגעבן א חשבון; כדי זיי זאלן דאס טאן מיט פרייד און נישט זיפצנדיק, מחמת דאס דאזיקע איז פאר אייך אָן א נוצן.
18 זייט מתפלל פאר אונדזערטוועגן; ווארום מיר זענען זיכער, אז מיר האבן א גוט געוויסן, און עס איז אונדזער פארלאנג אין אלעם צו פירן אן ערלעך לעבן. 19 נאכמער בעט איך אייך צו טאן דאס דאזיקע, כדי איך זאל גיכער צוריקגעגעבן ווערן צו אייך.
20 און דער ג‑ט פון שלום, וואס האט צוריקגעברענגט פון די טויטע דעם גרויסן פאסטוך פון די שאף יהושען/ישוען* אונדזער האר, דורך דעם בלוט פון דעם אייביקן בונד, 21 זאל אייך מאכן שלמותדיק אין אלע מעשים טובים, צו טאן זיין רצון, ווירקנדיק אין אייך דאס, וואס איז וואוילגעפעלן פאר אים דורך יהושע/ישוע* המשיחן, צו וועמען זאל זיין כבוד לעלמי עולמים. אמן.
22 און איך בעט אייך, ברידער, אז איר זאלט אננעמען דאס ווארט פון שטראף רייד, ווארום איך האב געשריבן צו אייך א קורצן בריוו. 23 איר זאלט וויסן זיין, אז אונדזער ברודער טימאטעוס איז באפרייט געווארן, מיט וועמען, אויב ער וועט קומען אין גיכן, איך וועל אייך זען.