דער בריוו פון פוילוס דעם שליח צו פילעמאן
1
פוילוס, א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע*, און טימאטעוס דער ברודער, צו פילעמאן דעם געליבטן (מאן) און אונדזער מיטארבעטער, ‏2 און צו אפפיא אונדזער שוועסטער, און צו ארכיפוסן אונדזער מיטזעלנער, און צו דער קהלה אין דיין הויז: ‏3 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח.
‏4 איך דאנק ה׳ אין יעדער צייט, דערמאנענדיק דיך אין מיינע תפילות, ‏5 ווייל איך האב געהערט פון דיין ליבע און דער אמונה, וואס דו האסט צום האר יהושע/ישוע* און צו אלע הייליקע; ‏6 כדי די חברותאשאפט פון דיין אמונה זאל ווערן ווירקזאם אין דער דערקענטעניש פון אלעם גוטן, וואס איז אין אונדז, צום משיח. ‏7 ווארום איך האב געהאט א גרויסע פרייד און טרייסט איבער דיין ליבע, ווייל די הערצער פון די קדושים זענען דערקוויקט געווארן דורך דיר, מיין ברודער.
‏8 דעריבער, הגם איך האב די פולע פרייהייט אינם משיח דיר צו באפעלן וואס איז רעכט, ‏9 (דאך) צוליב דער ליבע, וועל איך ליבער בעטן, אזעלכער בין איך, פוילוס דער זקן, און איצט אויך א געפאנגענער פונם משיח יהושע/ישוע*; ‏10 איך בעט דיך פאר מיין זון, וועלכן איך האב געבוירן אין מיינע קייטן, פאר אנעסימוסן, ‏11 וואס אמאל איז ער פאר דיר געווען אומנוצלעך, איצט אבער זייער נוצלעך סאי פאר דיר סאי פאר מיר; ‏12 איך האב אים צוריקגעשיקט צו דיר, אים אליין, דאס הייסט מיין הארץ; ‏13 איך האב אים גערן געוואלט האלטן ביי מיר, כדי ער, אלס דיין פארטרעטער, זאל מיר דינען אין די קייטן פון דער בשורה טובה; ‏14 אָן דיין וויסן אבער האב איך גארנישט געוואלט טאן; כדי דיין טובה זאל נישט זיין געצוואונגען, נאר פון גוטן ווילן. ‏15 ווארום אפשר האט ער זיך צוליב דעם אפגעשיידט (פון דיר) לפי-שעה, כדי דו זאלסט אים באקומען אויף אייביק; ‏16 נישט מער ווי א קנעכט, נאר העכער פון א קנעכט, ווי א געליבטן ברודער, איבערהויפט פאר מיר, און וויפל מער פאר דיר סאי אין דעם פלייש סאי אין דעם האר. ‏17 אויב דעריבער דו האלטסט מיך פאר א חבר, נעם אים אויף ווי מיך אליין. ‏18 און אויב ער האט דיך עפעס באעוולט, אדער איז דיר שולדיק, רעכן דאס דאזיקע מיר צו; ‏19 איך, פוילוס, האב עס געשריבן מיט מיין אייגענער האנט, איך וועל עס אפצאלן; הגם איך זאג דיר נישט, אז דו ביסט אפילו דיך אליין מיר שולדיק. ‏20 יא, מיין ברודער, לאז מיך א הנאה האבן פון דיר אינם האר; דערקוויק מיין הארץ אין דעם משיח. ‏21 איבערצייגט פון דיין געהארכזאמקייט, האב איך געשריבן צו דיר, ווייל איך ווייס, אז דו וועסט טאן מער ווי איך זאג. ‏22 און אין דער זעלביקער צייט גרייט אויך צו פאר מיר א גאסטשטיבל; ווארום איך האף, אז דורך אייערע תפילות, וועל איך געשענקט ווערן צו אייך.
‏23 עפאפראס, מיין מיטגעפאנגענער אינם משיח יהושע/ישוע*, לאזט דיר אפגעבן שלום, ‏24 (אויך) מארקוס, אריסטארכוס, דעמאס, לוקאס, מיינע מיטארבעטער.
‏25 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח זיין מיט אייער גייסט.