קאפיטל דריי
‏1 דערמאן זיי צו זיין אונטערטעניק צו מושלים און ממשלות, צו זיין געהארכזאם, צו זיין גרייט צו כלערליי מעשים טובים, ‏2 נישט צו רעדן קיין שלעכטס אויף קיינעמען, נישט צו זיין קריגעריש, נאר באשיידן, ארויסווייזנדיק יעדע עניוותדיקייט צו אלע מענטשן. ‏3 ווארום מיר אליין זענען אויך אמאל געווען אָן פארשטאנד, ווידערשפעניק, האבן געבלאנדזשעט, געדינט צו פארשיידענערליי תאוות און פארגעניגנס, געפירט א לעבן פון קנאה שנאה, (געווען) פארהאסט, האבן פיינט געהאט איינס דאס אנדערע. ‏4 ווען אבער עס האט זיך באוויזן די גוטסקייט פון ה׳ אונדזער רעטער, און זיין ליבע צו מענטשן, ‏5 נישט דורך (מחמיר חומרא געזעץ) מעשים פון צדקות, וואס מיר האבן געטאן, נאר לויט זיין בארעמהארציקייט האט ער אונדז דערלייזט, דורך דער מקווה פון ווידערגעבורט און באנייאונג פון דעם רוח הקודש, ‏6 וועלכן ער האט רייכלעך אויסגעגאסן אויף אונדז דורך יהושע/ישוע* המשיחן אונדזער גואל; ‏7 כדי זייענדיק גערעכטפערטיקט דורך זיין חסד, זאלן מיר ווערן יורשים לויט דער האפנונג פון אייביקן לעבן. ‏8 עס איז א באגלויבט ווארט, און איך וויל, אז וועגן די דאזיקע זאכן זאלסטו רעדן מיט באשטימטהייט, כדי די, וועלכע האבן געגלויבט אין ה׳, זאלן האבן אין זינען, עוסק צו זיין אין מעשים טובים—דאס איז שיין און גוט פאר מענטשן; ‏9 נארישע מחלוקת אבער און יחוס בריוו און צאנקעריי און קריגערייען וועגן דער תורה זאלסטו אויסמיידן, ווייל זיי זענען אומנוצלעך און פוסט. ‏10 א מענטשן וועלכער ברענגט אריין כיתות, מייד אויס נאך אן איינמאליקער אדער צוויימאליקער ווארנונג, ‏11 וויסנדיק, אז אזעלכער איז פארקערט און זינדיקט, און איז פון זיך אליין פאראורטיילט.
‏12 ווען איך וועל שיקן ארטעמאסן צו דיר אדער טיכיקוסן, זאלסטו דיך איילן צו קומען צו מיר קיין ניקאפאליס; ווארום איך האב באשלאסן דארטן איבערצואווינטערן. ‏13 זענאסן, דעם בעל תורה, און אפאלאסן שיק געשווינט פארויס, כדי עס זאל זיי גארנישט פעלן. ‏14 און זאלן אויך אונדזערע (לייט) לערנען עוסק צו זיין אין מעשים טובים, אויף וואס מען דארף נייטיק האבן, כדי זיי זאלן נישט זיין אומפרוכטבאר.
עס געבן דיר אפ שלום אלע, וואס זענען מיט מיר. ‏15 גיב אפ שלום צו די, וועלכע האבן אונדז ליב אין דער אמונה. זאל דער חסד זיין מיט אייך אלעמען.