קאפיטל צוויי
‏1 דו אבער רעד וואס עס פאסט פאר דער געזונטער לערנונג. ‏2 אז זקנים זאלן זיין ניכטער, אויפריכטיק, פארשטענדיק, געזונט אין דער אמונה, אין ליבע, אין סבלנות. ‏3 אז די זקנות זאלן דעסגלייכן זיך אויפפירן, ווי עס פאסט פאר קדושה, נישט רעדן קיין רכילות, נישט זיין פארשקלאפט צו א סך וויין, נאר לערערינס פון גוטס; ‏4 כדי זיי זאלן מאכן די יונגע פרויען פארשטענדיק, ליב צו האבן זייערע מענער, ליב צו האבן זייערע קינדער, ‏5 זאלן זיין מיט שליטה איבער זיך, צניעות, לויטער, אכטונג געבן אויפן הויז, גוט, אונטערטעניק צו זייערע אייגענע מענער, כדי ה׳ס ווארט זאל נישט געלעסטערט ווערן; ‏6 דעסגלייכן זאלסטו מזהיר זיין די יונגעלייט, אז זיי זאלן זיין פארשטענדיק מיט שליטה איבער זיך; ‏7 אין אלעם זאלסטו דיך אליין האלטן פאר א פארבילד פון מעשים טובים, (ארויסווייזנדיק) אין דער לערנונג אומפארדארבנקייט, ווירדיקן ערנסט, ‏8 א געזונט ווארט, וואס קען נישט באשולדיקט ווערן; כדי דער קעגנער זאל זיך פארשעמען, נישט האבנדיק קיין שום שלעכטס צו זאגן פון אונדז. ‏9 קנעכט זאלן זיין אונטערטעניק צו זייערע הארן און וואוילגעפעליק אין אלעם; נישט אקייגנרעדן, ‏10 נישט גנבענען, נאר ארויסווייזן יעדע גוטע געטריישאפט, כדי זיי זאלן באצירן די לערנונג פון ה׳ אונדזער רעטער אין אלעם. ‏11 ווארום ה׳ס חסד איז דערשינען, ברענגענדיק די ישועה צו אלע מענטשן, ‏12 און לערנט אונדז, אז פארלייקענענדיק רשעות און די וועלטלעכע תאוות, זאלן מיר לעבן מיט שליטה איבער זיך, און גערעכט, און ג‑טספארכטיק אין דער דאזיקער וועלט, ‏13 און ווארטן אויף דער געבענטשטער האפנונג און דערשיינונג פון דעם כבוד פון דעם גרויסן ג‑ט און אונדזער גואל משיח יהושע/ישוע*, ‏14 וועלכער האט זיך געגעבן פאר אונדזערטוועגן, כדי אונדז אויסצולייזן פון יעדער רשעות און צו לייטערן פאר זיך אן עם סגולה, וואס אייפערט פאר מעשים טובים.
‏15 די דאזיקע זאכן זאלסטו זאגן, און מזהיר זיין און שטראפן מיט יעדער שטרענגקייט. קיינער זאל דיך נישט מבזה זיין.