דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו
טיטוסן
1
פוילוס, א קנעכט פון ה׳ און א שליח פון יהושע/ישוע* המשיחן, לויט דער אמונה פון די אויסדערוויילטע פון ה׳, און דער דערקענטעניש פונם אמת, וואס איז לויט יראת שמים, ‏2 אין דער האפנונג אויף אייביק לעבן, וואס ה׳, וועלכער זאגט נישט קיין שקר, האט פארשפראכן פון אייביקע צייטן אָן, ‏3 און אין דער געהעריקער צייט אנטפלעקט זיין ווארט אין דעם אויסרופן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן לויט א געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער— ‏4 צו טיטוסן, מיין ווארהאפטיקן זון לויט אונדזער געמיינזאמער אמונה: חסד און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און משיח יהושע/ישוע* אונדזער רעטער.
‏5 דערפאר האב איך דיך איבערגעלאזט אין קרעטא, כדי דו זאלסט ברענגען אין ארדנונג, וואס עס פעלט נאך, און באשטימען זקנים אין יעדער שטאט, ווי איך האב דיר באפוילן; ‏6 אויב איינער איז אָן א פעלער, דער מאן פון איין ווייב, האט גלויביקע קינדער, וועמען מען באשולדיקט נישט אין צעלאזנקייט, אדער אומגעהארכזאמקייט. ‏7 ווארום דער משגיח דארף זיין אָן א פעלער, אלס ה׳ס פארוואלטער; נישט איינגעעקשנט, נישט קיין רגזן, נישט קיין שכור, נישט קיין שלעגער, נישט גענייגט צו שענדלעכן געווין; ‏8 נאר א מכניס אורח, וואס האט ליב גוטס, מיט שליטה איבער זיך, א צדיק, א קדוש, ‏9 וואס האלט זיך ביים באגלויבטן ווארט לויט דער לערנונג, כדי ער זאל זיין אימשטאנד סאי מזהיר צו זיין אין דער געזונטער לערנונג, סאי צו רעדן שטראפרייד צו די קעגנער.
‏10 ווארום עס זענען פאראן א סך ווידערשפעניקע, פלאפלער און באטריגער, מערסטנס די פון די געמלטע, ‏11 וועמען מען דארף פארשטאפן דאס מויל; וועלכע קערן איבער גאנצע הייזער און לערנען וואס טויג נישט צוליב שענדלעכן געווין. ‏12 איינער פון זיי, זייער אייגענער נביא, האט געזאגט: די קרעטער זענען תמיד ליגנער, חיות רעות, פוילע פרעסערס. ‏13 דאס דאזיקע עדות זאגן איז אמת. צוליב דער סיבה זאלסטו זיי שארף זאגן מוסר, כדי זיי זאלן זיין געזונט אין דער אמונה, ‏14 און זיך נישט האלטן צו יידישע לעגענדעס און מצוות פון מענטשן, וועלכע קערן אפ פון דעם אמת. ‏15 פאר די ריינע (מענטשן) איז אלץ טהור; פאר די אבער, וועלכע זענען טמא און אומגלויביק איז קיין זאך נישט טהור; נאר זייער פארשטאנד און געוויסן איז טמא. ‏16 זיי זאגן, אז זיי קענען ה׳, פארלייקענען אים אבער מיט זייערע מעשים, זייענדיק אומווירדיקע און ווידערשפעניקע און וואס טויגן נישט צו קיין שום מעשים טובים.