קאפיטל פיר
‏1 איך באשווער דיך פאר ה׳ און פאר משיח יהושע/ישוע*, וועלכער וועט משפטן די לעבעדיקע און די טויטע, און פאר זיין דערשיינונג און זיין מלכות; ‏2 רוף אויס דאס ווארט; טרעט אויף אין געלעגענער צייט, אין אומגעלעגענער צייט; זאג מוסר, שריי אָן, זיי מזהיר, מיט פולער געדולד און לערנונג. ‏3 ווארום עס וועט זיין א צייט, ווען זיי וועלן נישט פארטראגן קיין געזונטע לערנונג; נאר וועלן זיך איינזאמלען לערער לויט זייערע אייגענע גלוסטיקייטן, האבנדיק קיצלדיקע אויערן; ‏4 און וועלן אפקערן זייער אויער פון דעם אמת, און זיך ווענדן צו לעגענדעס. ‏5 דו אבער זיי ניכטער אין אלעם, דערטראג ליידן, טו די ארבעט פון א מבשר, זיי ממלא דיין עבודה. ‏6 ווארום איך ווער שוין געברענגט ווי א קרבן נסך, און די צייט פון מיין פטירה איז געקומען. ‏7 איך האב זיך געראנגלט דעם גוטן געראנגל, האב פארענדיקט דעם וועטגעלאף, די אמונה אפגעהיטן; ‏8 פון איצט אָן ליגט פאר מיר אוועקגעלייגט די קרוין פון צדקות, וועלכע דער האר, דער שופט צדק, וועט מיר געבן אין יענעם טאג; און נישט בלויז מיר אליין, נאר אויך אלעמען, וועלכע האבן ליב געהאט זיין נתגלה ווערן.
‏9 אייל דיך באלד צו קומען צו מיר; ‏10 ווארום דעמאס האט מיך פארלאזן, ליב האבנדיק עולם הזה, און איז אוועק קיין טעסאלאניקא; קרעסצענס קיין גאלאטיען, טיטוס קיין דאלמאטיען. ‏11 לוקאס אליין איז מיט מיר. נעם מארקוסן און ברענג (אים) מיט דיר, ווארום ער איז מיר זייער נוצלעך צו דער עבודה. ‏12 טיכיקוסן אבער האב איך אוועקגעשיקט קיין עפעזוס. ‏13 דעם מאנטל, וואס איך האב איבערגעלאזט אין טראאס ביי קארפוסן, ברענג (מיט), ווען דו קומסט, און די ספרים, איבערהויפט די פארמעטן. ‏14 אלעקסאנדער דער קופערשמיד האט מיר געטאן פיל בייז; דער האר וועט אים פארגעלטן לויט זיינע מעשים; ‏15 פון וועמען אויך דו זאלסט דיך אויסהיטן, ווארום ער האט זיך זייער אקייגנגעשטעלט אונדזערע רייד. ‏16 ביי מיין ערשטער פארטיידיקונג איז קיינער נישט געשטאנען ביי מיר, נאר אלע האבן מיך פארלאזט; זאל עס זיי נישט צוגערעכנט ווערן! ‏17 דער האר אבער איז געשטאנען ביי מיר, און האט מיך געשטארקט, כדי די בשורה טובה זאל באשטעטיקט ווערן דורך מיר, און אלע גויים זאלן זי הערן; און איך בין ניצול געווארן פון דעם לייבס מויל. ‏18 דער האר וועט מיך מציל זיין פון יעדער מעשה רע, און מיך ראטעווען אין זיין מלכות שמים אריין; צו אים זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן.
‏19 גיב אפ שלום פריסקאן און אקווילאן און די (בני) בית פון אנעסיפארוס. ‏20 עראסטוס איז פארבלייבן אין קארינט; טראפימוסן אבער האב איך איבערגעלאזן קראנק אין מילעטוס. ‏21 אייל דיך צו קומען פאר דעם ווינטער. עס געבן דיר אפ שלום עוובולוס און פודענס און לינוס און קלוידא און אלע ברידער. ‏22 זאל דער האר זיין מיט דיין גייסט. דער חסד מיט אייך.