דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו טימאטעוסן
1
פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע* לויט דעם געבאט פון ה׳ אונדזער רעטער, און דעם משיח יהושע/ישוע* אונדזער האפנונג, ‏2 צו טימאטעוסן, מיין ווארהאפטיקן זון אין דער אמונה: חסד, רחמים, און שלום פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם משיח יהושע/ישוע* דעם האר אונדזערן.
‏3 ווי איך האב דיך געבעטן צו פארבלייבן אין עפעזוס, ווען איך בין געגאנגען קיין מאצעדאניען, כדי דו זאלסט באפעלן אייניקע (לייט), נישט צו לערנען אנדערע לערנונגען (הטרודוקסיה), ‏4 און זיך נישט צו פארנעמען מיט לעגענדעס און יחוס בריוו אָן א סוף, וועלכע פירן צו וויכוחים מער ווי צו דערבויאונג פון ה׳ אין דער אמונה; (אזוי זאלסטו טאן.) ‏5 דער תכלית אבער פון דער געבאט איז ליבע אויס א לויטער הארץ און גוט געוויסן און אויפריכטיקער אמונה; ‏6 פון וועלכע אייניקע האבן אפגענייגט, און זיך געקערט צו פוסטע רייד, ‏7 ווילנדיק זיין מורי תורה, הגם זיי פארשטייען גארנישט, נישט וואס זיי זאגן, נישט וואס זיי באהויפטן. ‏8 מיר אבער ווייסן, אז די תורה איז גוט, ווען עמיצער באנוצט זי לויט דער תורה, ‏9 וויסנדיק דאס דאזיקע, אז די תורה איז נישט געזעצט געווארן פאר דעם צדיק, נאר פאר די רשעים און ווידערשפעניקע, פאר די ג‑טלאזע און חוטאים, פאר די טמאים און חלל, פאר די, וואס שלאגן פאטער און מוטער, רוצחים, ‏10 פאר זונים, שוכבי‑זכר, מענטשנכאפער, ליגנער, וואס שווערן פאלש, און וואס נאר עס איז להיפך צו דער געזונטער לערנונג; ‏11 לויט דער בשורה טובה פון הערלעכקייט פון דעם געבענטשטן ג‑ט, וועלכע איז מיר אנפארטרויט געווארן.
‏12 איך דאנק אים, וועלכער האט מיך שטארק געמאכט, משיח יהושע/ישוע* אונדזער האר, ווייל ער האט מיך געהאלטן פאר באגלויבט, באשטימענדיק מיך צו (זיין) דינסט; ‏13 מיך, וואס איך בין פריער געווען א לעסטערער און א פארפאלגער און אן אפשפעטער; דאך האט ער זיך דערבארעמט אויף מיר, ווייל איך האב עס געטאן נישט וויסנדיקערהייט אין אומגלויבן; ‏14 און דער חסד פון אונדזער האר האט זיך זייער פיל געמערט (אין מיר) מיט אמונה און ליבע, וואס איז אין דעם משיח יהושע/ישוע*. ‏15 באגלויבט איז דאס ווארט, און ראוי אינגאנצן אנגענומען צו ווערן, אז משיח יהושע/ישוע* איז געקומען אין דער וועלט אריין צו ראטעווען חוטאים, פון וועלכע איך בין דער ערשטער; ‏16 נאר דערפאר האט ער אויף מיר רחמנות געהאט, כדי אין מיר קודם כל זאל יהושע/ישוע* המשיח ארויסווייזן זיין גאנצע סבלנות, פאר א ביישפיל פאר יענע, וועלכע וועלן ערשט גלויבן אין אים צום אייביקן לעבן. ‏17 אבער דעם מלך פון אייביקייט, דעם אומפארדארבלעכן, אומזיכטבארן, דעם איינציקן ג‑ט, זאל זיין כבוד און הערלעכקייט לעלמי עולמים. אמן.
‏18 דאס דאזיקע געבאט לייג איך פאר דיר, מיין זון טימאטעוס, לויט די נבואות, וואס זענען פריער געגאנגען אויף דיר, אז דו זאלסט ראנגלען דורך די דאזיקע דעם גוטן ראנגלעניש, ‏19 האבנדיק אמונה און א גוט געוויסן, וועלכעס אייניקע האבן אוועקגעשטויסן פון זיך און געליטן שיפבראך בנוגע דער אמונה; ‏20 צווישן וועלכע איז הימענעוס און אלעקסאנדער, וועלכע איך האב איבערגעגעבן צום שׂטן, כדי זיי זאלן לערנען נישט צו לעסטערן.