קאפיטל צוויי
1 איך בין דעריבער מזהיר, אז קודם כל זאלן תחנונים, תפילות, בקשות, דאנק, געטאן ווערן פאר אלע מענטשן; 2 פאר מלכים און אלע מושלים, כדי מיר זאלן פירן א שטיל און רואיק לעבן אין פולער ג‑טספארכטיקייט און ערווירדיקייט. 3 דאס דאזיקע איז גוט און אנגענומען פאר ה׳ אונדזער גואל, 4 וועלכער וויל, אז אלע מענטשן זאלן געראטעוועט ווערן, און קומען צו דער דערקענטעניש פונם אמת. 5 ווארום עס איז (דא) איין ג‑ט, און איין פארמיטלער צווישן ה׳ און מענטשן, דער מענטש, משיח יהושע/ישוע*, 6 וועלכער האט זיך געגעבן פאר אן אויסלייזונג פאר אלעמען; דאס עדות זאגן דערפון זאל געגעבן ווערן אין דער געהעריקער צייט; 7 פאר וועלכן איך בין באשטימט געווארן אלס מבשר און שליח (דעם אמת זאג איך, איך לייקן נישט) א מורה תורה פון די אומות העולם אין דער אמונה און אמת.
8 דעריבער וויל איך, אז די מענער זאלן תפילה טאן אויף יעדן ארט, אויפהויבנדיק הייליקע הענט אָן צארן און געצאנק. 9 אויך אזוי די פרויען זאלן זיך צירן מיט באשיידענע קליידער, מיט שעמעוודיקייט און צניעותדיקייט; נישט מיט פלעכטן די *האר, נישט מיט גאלד, אדער פערל, אדער טייערע מלבושים; 10 נאר מיט מעשים טובים, ווי עס פאסט פאר פרויען, וואס דערקלערן זיך פאר יראת שמים. 11 א פרוי זאל לערנען שטילערהייט מיט פולער הכנעה. 12 און איך גיב נישט קיין פרוי רשות צו זיין מלמד תורה און נישט צו הערשן איבער (איר) מאן, נאר צו זיין שטיל. 13 ווארום אדם איז צום ערשט באשאפן געווארן, שפעטער חוה; 14 און אדם האט זיך נישט געלאזט פארפירן; נאר די פרוי, לאזנדיק זיך פארפירן, איז געקומען צו אן עבירה; 15 זי וועט אבער דערלייזט ווערן דורך געבוירן קינדער, אויב זיי וועלן בלייבן אין דער אמונה און ליבע און קדושה מיט צניעותדיקייט.