קאפיטל דריי
‏1 עס איז א באגלויבט ווארט: אויב איינער שטרעבט צו דער שטעלע פון א משגיח, באגערט ער א גוטע זאך. ‏2 דער משגיח דארף דעריבער זיין אָן א פעלער, א מאן פון איין פרוי, ניכטער, באשיידן, אן ענוו, א מכניס אורח, מסוגל לערער; ‏3 נישט קיין טרינקער, נישט קיין שלעגער; נאר מילד, נישט קיין בעל מחלוקת, נישט קיין געלטליבהאבער; ‏4 וואס הערשט וואויל מיט זיין אייגן הויז, האלטנדיק זיינע קינדער אין אונטערטעניקייט, מיט פולער ערווירדיקייט ‏5 (אויב אבער איינער ווייסט נישט ווי צו הערשן איבער זיין אייגן הויז, וויאזוי זשע וועט ער זארגן איבער דער קהלה פון ה׳?); ‏6 נישט קיין נייער תלמיד, כדי ער זאל נישט ווערן אויפגעבלאזן און אריינפאלן אין דעם משפט פון שׂטן. ‏7 און ער דארף אויך האבן א גוטן שם פון די אינדרויסן, כדי ער זאל נישט אריינפאלן אין קיין חרפה און אין דעם שׂטנס נעץ. ‏8 אויך אזוי מוזן די שמשים זיין ערווירדיקע (לייט), נישט קיין טאפלצונגיקע, נישט קיין ליבהאבער פון פיל וויין, נישט גענייגט נאך שענדלעכן געווין; ‏9 וואס האלטן דעם סוד פון דער אמונה אין א לויטער געוויסן. ‏10 און זאלן די דאזיקע קודם כל ווערן אויסגעפרובירט; שפעטער זאלן זיי דינען ווי שמשים, אויב זיי זענען אָן א פעלער. ‏11 אויך אזוי דארפן די פרויען זיין ערווירדיק, נישט קיין רכילות רעדנערינס, ניכטער, געטריי אין אלעם. ‏12 שמשים זאלן זיין מענער פון איין פרוי, וואס הערשן גוט איבער זייערע קינדער און איבער זייערע אייגענע הייזער; ‏13 ווארום אויב זיי האבן גוט געדינט אלס שמשים, דערווערבן זיי זיך א גוטע שטופע און גרויס פתחון פה אין דער אמונה, וואס איז אינם משיח יהושע/ישוע*.
‏14 דאס שרייב איך דיר, האפנדיק צו דיר צו קומען אין גיכן, ‏15 און אויב איך וועל מיך פארזאמען, כדי דו זאלסט וויסן וויאזוי מען דארף זיך אויפפירן אין ה׳ס הויז, וועלכעס איז די קהלה פון דעם לעבעדיקן ג‑ט, דער זייל און פונדאמענט פונם אמת. ‏16 און נישט אפצולייקענען גרויס איז דער סוד פון יראת שמים: ער, וואס האט זיך אנטפלעקט אינם פלייש, איז גערעכטפערטיקט געווארן אינם גייסט, האט זיך באוויזן צו מלאכים, איז אנגעזאגט געווארן צו די גויים, געגלויבט אין דער וועלט, ארויפגענומען געווארן אין הערלעכקייט.