קאפיטל דריי
1 צום סוף, ברידער, זייט מתפלל פאר אונדז, אז דאס ווארט פון דעם האר זאל לויפן און פארהערלעכט ווערן, ווי ביי אייך; 2 און אז מיר זאלן ניצול ווערן פון פארדארבענע און בייזע מענטשן; ווארום נישט אלע האבן די אמונה. 3 געטריי אבער איז דער האר, וועלכער וועט אייך שטארקן און אפהיטן פון בייז. 4 און מיר זענען בטוח וועגן אייך אינם האר, אז וואס מיר געביטן אייך, דאס טוט איר און וועט עס טאן. 5 און זאל דער האר לייטן אייערע הערצער צו דער ליבע פון ה׳ און צו דער סבלנות פון דעם משיח.
6 און מיר באפעלן אייך, ברידער, אין דעם נאמען פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח, אז איר זאלט זיך אפשיידן פון יעדן ברודער, וואס פירט אן אומארנטלעך לעבן און נישט לויט דער קבלה, וועלכע איר האט באקומען פון אונדז. 7 ווארום איר אליין ווייסט, ווי איר דארפט אונדז נאכטאן; ווייל מיר האבן זיך נישט אויפגעפירט אומארנטלעך צווישן אייך; 8 מיר האבן ביי קיינעם נישט געגעסן קיין ברויט אומזיסט, נאר מיט מי און מאטער, ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי מיר זאלן נישט פאלן קיינעם פון אייך צו לאסט; 9 נישט ווייל מיר האבן נישט קיין רעכט, נאר כדי מיר אליין זאלן זיך אייך געבן פאר א ביישפיל, אונדז נאכצוטאן. 10 ווארום אפילו ווען מיר זענען געווען ביי אייך, האבן מיר אייך דאס דאזיקע באפוילן, אז ווער עס וויל נישט ארבעטן, דער זאל אויך נישט עסן. 11 ווארום מיר הערן, אז אייניקע צווישן אייך פירן זיך אויף אומארנטלעך, זיי ארבעטן נישט, נאר מישן זיך אין פרעמדע עסקים. 12 אזעלכע אבער באפעלן מיר און ווארנען אינם האר יהושע/ישוע* המשיח, אז זיי זאלן ארבעטן שטיל און עסן זייער אייגן ברויט. 13 איר אבער, ברידער, ווערט נישט מיד צו טאן מעשים טובים. 14 און אויב עמיצער איז נישט געהארכזאם צו אונדזער ווארט דורך דעם בריוו, זאלט איר דעם דאזיקן פארצייכענען, און זיך נישט מישן מיט אים, כדי ער זאל זיך שעמען. 15 דאך זאלט איר אים נישט באטראכטן ווי קיין שונא, נאר שטראפט אים ווי א ברודער. 16 און דער האר פון שלום אליין זאל אייך תמיד געבן שלום און בכל אופן. זאל דער האר זיין מיט אייך אלעמען.