קאפיטל צוויי
‏1 מיר בעטן אייך אבער, ברידער, וועגן דעם קומען פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח און אונדזער פארזאמלען זיך ביי אים, ‏2 אז איר זאלט זיך נישט לאזן גיך באוועגן אין אייער פארשטאנד, און נישט דערשרעקן, נישט דורך קיין *גייסט, נישט דורך קיין ווארט, נישט דורך קיין בריוו ווי פון אונדז, גלייך ווי דער טאג פון דעם האר וואלט שוין דא געווען; ‏3 זאל אייך קיינער נישט פארפירן בשום אופן; ווייל (ער וועט נישט קומען) אויב עס וועט נישט קודם כל קומען די אפפאלן (פון אמונה), און דער מענטש פון זינד וועט אנטפלעקט ווערן, דער בן האבדון, ‏4 וועלכער שטעלט זיך אנטקעגן און דערהייכט זיך איבער אלעם, וואס מען רופט ג‑ט אדער עבודה; אזוי, אז ער וועט זיך אנידערזעצן אין דעם היכל פון ה׳, באווייזנדיק זיך, אז ער איז ג‑ט. ‏5 צי געדענקט איר דען נישט, אז בשעת איך בין נאך געווען ביי אייך, האב איך אייך דאס געזאגט? ‏6 און איצט ווייסט איר, וואס עס האלט אפ, אז ער זאל אנטפלעקט ווערן אין זיין געהעריקער צייט. ‏7 ווארום דער סוד פון רשעות ווירקט שוין; בלויז דער, וועלכער שטערט איצט, מוז אוועקגענומען ווערן פון דער מיט. ‏8 און דעמאלט וועט אנטפלעקט ווערן דער רשע, וועמען דער האר יהושע/ישוע* וועט אומברענגען מיט דעם אטעם פון זיין מויל און אים פארניכטן מיט דער דערשיינונג פון זיין קומען; ‏9 וואס זיין קומען איז לויט דער ווירקונג פון דעם שׂטן מיט פיל גבורה און פאלשע אותות און מופתים, ‏10 און מיט יעדער פארפירערישקייט פון אומגערעכטיקייט פאר די, וואס ווערן פארלוירן, ווייל זיי האבן נישט אנגענומען די ליבע פון אמת, כדי געראטעוועט צו ווערן. ‏11 און צוליב דעם שיקט זיי ה׳ א קרעפטיקן באטרוג, אז זיי זאלן גלויבן דעם שקר; ‏12 כדי אלע זאלן געמשפט ווערן, וועלכע האבן נישט געגלויבט דעם אמת, נאר האבן געהאט א וואוילגעפעלן אין רשעות.
‏13 מיר אבער זענען מחויב תמיד צו דאנקען ה׳ פאר אייך, ברידער, געליבטע פון ה׳, ווייל פון אנהויב אָן האט ה׳ אייך אויסדערוויילט צו ישועה אין דער קדושה פונם גייסט און אין דער אמונה פון אמת; ‏14 צו וועלכער ער האט אייך אויך גערופן דורך אונדזער בשורה טובה, צום דערווערבן די הערלעכקייט פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח. ‏15 שטייט זשע פעסט, ברידער, און האלט די קבלות, וועלכע איר זענט געלערנט געווארן, סאי דורך אונדזער ווארט, סאי דורך אונדזערס א בריוו.
‏16 און אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח אליין און ג‑ט דער פאטער אונדזערער, וועלכער האט אונדז ליב געהאט און אונדז געגעבן אן אייביקע נחמה און א גוטע האפנונג אין זיין חסד, ‏17 זאל טרייסטן אייערע הערצער און (אייך) שטארקן אין כלערליי מעשים טובים און יעדן גוטן ווארט.