דער ערשטער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די טעסאלאניקער
1
פוילוס און סילוואנוס און טימאטעוס צו דער קהלה פון די טעסאלאניקער אין ג‑ט דעם פאטער און דעם האר יהושע/ישוע* המשיח: חסד צו אייך און שלום.2 מיר דאנקען ה׳ תמיד פאר אייך אלעמען, געדענקענדיק אייך אין אונדזערע תפילות; אָן אויפהער 3 דערמאנען מיר די פעולה פון אייער אמונה און די באמיאונג פון אייער ליבע און די סבלנות פון אייער האפנונג אויף אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, פאר אונדזער ג‑ט און פאטער; 4 וויסנדיק, ברידער, געליבטע פון ה׳, פון אייער אויסדערוויילונג, 5 ווייל די בשורה טובה אונדזערע איז נישט געקומען צו אייך בלויז אין ווארט אליין, נאר אויך מיט גבורה און מיט דעם רוח הקודש און פולער געוויסהייט; לויט ווי איר ווייסט, וואס פאר (א מענטשן) מיר זענען געווען צווישן אייך צוליב אייך. 6 און איר זענט געווארן אונדזערע נאכפאלגער און פון דעם האר, אננעמענדיק דאס ווארט אין פיל צרות, מיט שמחה פון דעם רוח הקודש; 7 אזוי, אז איר זענט געווארן א מוסטער פאר אלע מאמינים אין מאצעדאניען און אין דעם (לאנד) אכאיא. 8 ווארום פון אייך איז דאס ווארט פון דעם האר ארויסגעגאנגען נישט בלויז קיין מאצעדאניען און אכאיא, נאר אויף יעדן ארט האט זיך אייער אמונה צו ה׳ פארברייטערט, אזוי, אז מיר דארפן גארנישט רעדן דערפון. 9 ווארום זיי אליין דערציילן פון אונדז, וואס פאר אן אריינגאנג מיר האבן געהאט ביי אייך; און וויאזוי איר האט זיך געקערט צו ה׳ פון אייערע אפגעטער, צו דינען דעם לעבעדיקן און אמתן ג‑ט, 10 און צו דערווארטן זיין זון פון הימל, וועמען ער האט אויפגעוועקט פון די טויטע, יהושען/ישוען*, וועלכער איז אונדז מציל פון דעם צארן, וואס קומט.