קאפיטל צוויי
1 ווארום איר אליין, ברידער, ווייסט, אז אונדזער אריינגאנג צו אייך איז נישט געווען אומזיסט; 2 נאר האבנדיק געליטן און געהאט אויסצושטיין חרפות אין פיליפי, ווי איר ווייסט, האבן מיר זיך דערמוטיקט אין אונדזער ג‑ט אנצוזאגן צו אייך די גוטע בשורה פון ה׳ אונטער גרויס געראנגל. 3 ווארום אונדזער לערנונג איז נישט אויס באטרוג, נישט אויס אומלויטערע (כוונות) אויך נישט מיט כיטרעקייט; 4 נאר ווי ה׳ האט אונדז אויסגעפרובירט, אונדז צו געטרויען די גוטע בשורה, רעדן מיר אזוי, נישט ווי וואוילצוגעפעלן מענטשן, נאר ה׳, וועלכער פרובירט אויס אונדזערע הערצער. 5 ווייל ווי איר ווייסט, זענען מיר קיינמאל נישט געקומען מיט חניפהדיקע רייד, אויך נישט מיט אן אויסרייד פון גייציקייט, ה׳ איז אן עדות; 6 אויך נישט זוכנדיק כבוד פון מענטשן, צי פון אייך צי פון אנדערע, 7 (הגם) מיר וואלטן געקענט אויפטרעטן מיט ווערדע ווי שליחים פונם משיח. מיר זענען אבער געווען מילד אין אייער מיט, ווי א זייגערין דערנערנדיק אירע קינדער; 8 אזוי האט עס אונדז געצויגן צו אייך, אז מיר האבן געוואלט זיך טיילן מיט אייך, נישט בלויז מיט דער גוטער בשורה פון ה׳, נאר אפילו מיט אונדזער אייגן לעבן, ווייל איר זענט אונדז געווארן זייער טייער. 9 ווארום איר געדענקט (דאך), ברידער, אונדזער מי און מאטער: ארבעטנדיק ביינאכט און בייטאג, כדי נישט צו פאלן צולאסט עמיצן פון אייך, האבן מיר אייך געדרשנט די גוטע בשורה פון ה׳. 10 איר זענט עדות, און ה׳ אויך, ווי הייליק און גערעכט און אָן א פעלער מיר האבן זיך אויפגעפירט צווישן אייך מאמינים; 11 ווי איר ווייסט, אז יעדן איינעם פון אייך, ווי א פאטער זיינע קינדער, 12 האבן מיר מזהיר געווען און דערמוטיקט, און אייך באשוואוירן צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר ה׳, וועלכער רופט אייך צו זיין קעניגרייך און כבוד.
13 און צוליב דעם דאזיקן דאנקען מיר אויך ה׳ אָן אויפהער, אז באקומענדיק ה׳ס ווארט, וואס איר האט געהערט פון אונדז, האט איר עס אויפגענומען נישט אלס א ווארט פון מענטשן, נאר ווי עס איז אינדעראמתן, דאס ווארט פון ה׳, וועלכער ווירקט אויך אין אייך, וואס גלויבן. 14 ווארום איר, ברידער, זענט געווארן נאכפאלגער פון די קהלות פון ה׳, וועלכע זענען אין (לאנד) יהודה אינם משיח יהושע/ישוע*; ווייל דאס זעלביקע האט איר געליטן פון אייערע לאנדסלייט, ווי זיי פון די יידן (יהודה, נישט אלע יידן), 15 וועלכע האבן אפילו געטייט דעם האר יהושע/ישוע* און די נביאים, און אונדז האבן זיי ארויסגעיאגט, און זענען נישט וואוילגעפעלן ביי ה׳, און זענען דערווידער אלע מענטשן; 16 זיי פארווערן אונדז צו רעדן צו די גויים, אז זיי זאלן געראטעוועט ווערן, כדי תמיד אנצופילן זייערע זינד; דער צארן אבער איז געקומען אויף זיי ביז צום סוף.
17 מיר אבער, ברידער, נאך דעם ווי מיר זענען פון אייך פאריתומט געווארן לפי-שעה, פונם פנים, נישט אין הארצן, האבן מיר זיך פיל מער באמיט צו זען אייער פנים מיט גרויס פארלאנג; 18 ווייל מיר האבן געוואלט קומען צו אייך; טאקע איך, פוילוס, און איינמאל און א צווייטמאל; און דער שׂטן האט אונדז געשטערט. 19 ווארום וואס איז אונדזער האפנונג, אדער פרייד, אדער קרוין פון בארימונג? צי זענט איר עס דען נישט, פאר אונדזער האר יהושע/ישוע* ביי זיין אנקומען? 20 יא, איר זענט אונדזער כבוד און שמחה.