דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די
קאלאסער
1
פוילוס, א שליח פון דעם משיח יהושע/ישוע* דורך ה׳ס רצון, און טימאטעוס דער ברודער, 2 צו די הייליקע און געטרייע ברידער אינם משיח, וועלכע געפינען זיך אין קאלאסע: חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער.3 מיר דאנקען ג‑ט דעם פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, און זענען תמיד מתפלל פאר אייך, 4 ווייל מיר האבן געהערט פון אייער אמונה אין דעם משיח יהושע/ישוע* און פון דער ליבע, וואס איר האט צו אלע הייליקע, 5 צוליב דער האפנונג, וועלכע ליגט פאר אייך באהאלטן אין הימל, וועגן וועלכער איר האט פריער געהערט אין דעם ווארט פון אמת פון דער גוטער בשורה, 6 וואס איז געקומען צו אייך, ווי אויך אין דער גאנצער וועלט, און פרוכפערט זיך און מערט זיך, פונקט ווי אויך ביי אייך פון דעם טאג אָן, ווען איר האט געהערט און דערקענט ה׳ס חסד אויף אן אמת; 7 לויט ווי איר האט געלערנט פון עפאפראסן אונדזער געליבטן מיטקנעכט, וועלכער איז א געטרייער משרת פון דעם משיח פאר אייערטוועגן, 8 און וועלכער האט אונדז אויך קלאר געמאכט אייער ליבע אינם גייסט.
9 דערפאר אויך מיר, פון דעם טאג אָן, ווען מיר האבן עס געהערט, אויפהערן מיר נישט אויף תפילה צו טאן פאר אייערטוועגן און צו בעטן, אז איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט דער דערקענטעניש פון זיין רצון אין יעדער חכמה און רוחניותדיקער פארשטענדיקייט, 10 צו לעבן ווי עס איז ראוי פאר דעם האר, צו יעדער וואוילגעפעליקייט, און זיין פרוכטבאר אין אלע מעשים טובים און וואקסן אין דער דערקענטעניש פון ה׳; 11 געשטארקט מיט יעדן כוח לויט דער מאכט פון זיין הערלעכקייט, צו יעדער סבלנות און לאנגמוטיקייט מיט שמחה; 12 און זאלט דאנקען דעם פאטער, וועלכער האט אונדז מזכה געווען צו דעם חלק פון דער ירושה פון די הייליקע אין ליכט, 13 וועלכער האט אונדז מציל געווען פון דער ממשלה פון פינסטערניש, און אונדז אריבערגעפירט אין דעם מלכות אריין פון זיין געליבטן זון; 14 אין וועמען מיר האבן די ישועה, די פארגעבונג פון אונדזערע זינד; 15 וועלכער איז דאס געשטאלט פון דעם אומזיכטבארן ג‑ט, דער בכור פון דער גאנצער באשאפונג; 16 ווייל אין אים איז באשאפן געווארן אלץ, וואס איז אין הימל און אויף דער ערד, די זיכטבארע זאכן און די אומזיכטבארע, סאי טראנען, סאי הערשאפטן, סאי מאכטן, סאי ממשלות; אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן, און פאר זיינעטוועגן; 17 און ער איז פאר אלעם, און אלץ האט א קיום אין אים. 18 און ער איז דער קאפ פון דעם גוף, די קהלה; ער איז דער אנהויב, דער בכור פון די טויטע, כדי ער זאל זיין אין אלעם דער ערשטער. 19 ווייל עס איז (ג‑ט) וואוילגעפעלן, אז אין אים זאל וואוינען די גאנצע פולקייט; 20 און דורך אים צו שלום מאכן מיט אלץ מיט זיך אליין, האבנדיק געמאכט שלום דורך דעם (כפרה) בלוט פון זיין בוים—דורך אים, סאי דאס, וואס אויף דער ערד, סאי דאס, וואס אין הימל. 21 און אייך, וואס איר זענט אמאל געווען פארפרעמדט און שונאים מיטן פארשטאנד אין אייערע מעשים רעים, 22 האט ער איצט שלום מאכן אין דעם גוף פון זיין פלייש דורך דעם טויט, כדי אייך פארצושטעלן פאר אים הייליק און אָן א מום און אומשולדיק; 23 אויב איר וועט נאר פארבלייבן אין דער אמונה, געגרונטפעסטיקט און פעסט, און נישט באוועגן זיך פון דער האפנונג פון דער גוטער בשורה, וועלכע איר האט געהערט, וועלכע איז אויסגערופן געווארן אין דער גאנצער באשאפונג אונטערן הימל; פון וועלכער איך פוילוס בין געווארן א משרת.
24 איצט *פריי איך מיך אין מיינע יסורים פאר אייערטוועגן, און איך פיל אָן וואס עס פעלט נאך פון די חבלי המשיח אין מיין לייב פאר זיין גוף, וואס איז די קהלה; 25 וועמעס משרת איך בין געווארן לויט ה׳ס פלאן, וואס איז מיר אנפארטרויט געווארן פאר אייך, צו דערפילן ה׳ס ווארט, 26 דעם סוד, וואס איז געווען פארבארגן פון אייביקע צייטן און פון דורות—איצט אבער איז ער אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, 27 צו וועלכע ה׳ האט געוואלט לאזן וויסן, וואס איז דאס עשירות פון דער הערלעכקייט פון דעם דאזיקן סוד צווישן די אומות העולם; דאס איז משיח אין אייך, די האפנונג פון הערלעכקייט; 28 פון אים דרשענען מיר, מזהיר זייענדיק יעדן מענטשן און לערנענדיק יעדן מענטשן מיט יעדער חכמה, כדי מיר זאלן אפערשטעלן יעדן מענטשן ווי שלמותדיק אינם משיח; 29 פאר דעם צוועק באמיען איך מיך אויך און זיך געראנגלט לויט זיין כוח, וואס ווירקט אין מיר מיט גבורה.