קאפיטל פיר
‏1 דערפאר, ברידער מיינע געליבטע, נאך וועמען איך בענק (אזוי), מיין פרייד און מיין קרוין, שטייט אזוי פעסט אינם האר, געליבטע מיינע. ‏2 איך בין מזהיר די עוואדיא, און בין מזהיר די סינטיכע, אז זיי זאלן זיין אייניק אין זייערע געדאנקען אינם האר. ‏3 יא, און דיך בעט איך אויך, געטרייער סיזיגוס, העלף זיי, וועלכע האבן מיט מיר מיטגעארבעט אין דער בשורה טובה, מיט קלעמענסן און די איבריקע מיטארבעטער מיינע, וועמעס נעמען זענען אינם ספר החיים.
‏4 פריידט זיך אלעמאל אינם האר; נאכאמאל זאג איך: פריידט זיך. ‏5 זאל אייער באשיידנקייט באקאנט ווערן צו אלע מענטשן. דער האר איז נאנט. ‏6 זארגט נישט וועגן קיין שום זאך; נאר אין אלעם, דורך תפילה און תחנונים מיט דאנק, זאלן אייערע פארלאנגען באקאנט ווערן צו ה׳. ‏7 און דער שלום פון ה׳, וואס איז העכער פון יעדער שכל, וועט באוואכן אייערע הערצער און אייערע מחשבות אינם משיח יהושע/ישוע*.
‏8 צום סוף, ברידער, אלץ וואס איז נאר אמת, בכבודיק, גערעכט, לויטער, ליבלעך, האט א גוטן שם; אויב א גוטע מידה און אויב עפעס צום לויבן, זאלט איר דערפון נאכטראכטן. ‏9 די זאכן, וועלכע איר האט געלערנט און אנגענומען און געהערט און געזען אין מיר, די דאזיקע זאלט איר טאן: און דער ג‑ט פון שלום וועט זיין מיט אייך.
‏10 און איך האב מיך זייער געפריידט אינם האר, אז איר האט ווידעראמאל באלעבט אייער זארגן פאר מיר; איר האט מיך טאקע תמיד אין זינען געהאט, נאר עס האט אייך געפעלט א געלעגנהייט. ‏11 נישט אויס נויט זאג איך דאס: ווארום איך האב געלערנט, אין וואס פאר א מעמד איך זאל מיך נישט געפינען, אויסצוקומען מיט דעם, וואס איך האב. ‏12 איך ווייס (וואס עס איז) צו זיין דערנידעריקט, און ווייס (וואס עס איז) צו האבן א שפע: איך האב געלערנט אין אלץ און אין אלעם, סאי זאט צו זיין סאי צו ליידן הונגער, סאי צו האבן א שפע סאי צו ליידן נויט. ‏13 איך קען אלץ (פארטראגן) דורך אים, וועלכער שטארקט מיך. ‏14 דאך האט איר גוט געטאן דערמיט, וואס איר האט געהאט חברותאשאפט מיט מיר אין מיין ליידן. ‏15 און אפילו איר, פיליפער, ווייסט, אז אין אנהויב פון דער בשורה טובה, ווען איך האב פארלאזט מאצעדאניען, האט קיין איין קהלה מיט מיר נישט געהאט קיין חברותאשאפט וואס שייך דער פראגע פון געבן און נעמען, אחוץ איר אליין; ‏16 אז אפילו אין טעסאלאניקא האט איר מיר געשיקט איינמאל און א צווייטמאל פאר מיינע באדערפענישן. ‏17 נישט אז איך בין אויסן די מתנה; נאר איך זוך די פרוכט, וואס זאל זיך פארמערן צו אייער חשבון. ‏18 איצט האב איך פון אלעם און (אפילו נאך) א שפע; איך בין אנגעפילט, האבנדיק באקומען פון עפאפראדיטוסן דאס, וואס איר האט געשיקט, א געשמאקן ריח, א קרבן, וואס איז אנגענעם און וואוילגעפעלן צו ה׳. ‏19 און מיין ג‑ט וועט אנפילן אלע אייערע נויטן לויט זיין עשירות אין כבוד אינם משיח יהושע/ישוע*. ‏20 און צו ג‑ט אונדזער פאטער זאל זיין דער כבוד לעלמי עולמים. אמן!
‏21 גיט אפ שלום אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע*. די ברידער, וואס זענען מיט מיר געבן אייך אפ שלום. ‏22 אלע הייליקע געבן אייך אפ שלום, נאר גאנץ באזונדערס די פון קיסרס הויז.
‏23 זאל דער חסד פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח זיין מיט אייער גייסט. אמן.