דער בריוו פון דעם שליח פוילוס צו די עפעזער
1
פוילוס, א שליח פונם משיח יהושע/ישוע* דורך ה׳ס רצון צו די קדושים, וואס געפינען זיך אין עפעזוס און צו די מאמינים אינם משיח יהושע/ישוע*: 2 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח.3 געלויבט זאל זיין דער ג‑ט און פאטער פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, וואס האט אונדז געבענטשט מיט יעדער רוחניותדיקער ברכה אין די הימלישע ערטער אינם משיח; 4 לויט ווי ער האט אונדז אויסדערוויילט אין אים איידער נאך די וועלט איז באשאפן געווארן, אז מיר זאלן זיין הייליק און אָן א פעלער פאר אים אין ליבע; 5 פארויסבאשטימענדיק אונדז צו אדאפטירונג צו אים דורך יהושע/ישוע* המשיחן לויט דעם וואוילגעפעלן פון זיין רצון, 6 צום לויב פון דעם כבוד פון זיין חסד, מיט וועלכן ער האט אונדז באגנעדיקט אין זיין געליבטן זון; 7 אין וועמען מיר האבן די ישועה דורך זיין בלוט, די פארגעבונג פון (אונדזערע) זינד, לויט דער עשירות פון זיין חסד, 8 וואס ער האט פארמערט לגבי אונדז אין יעדער חכמה און פארשטענדיקייט, 9 באקאנט מאכנדיק צו אונדז דעם סוד פון זיין רצון, לויט זיין וואוילגעפעלן, וואס ער האט פון פריער באשלאסן אין אים, 10 כדי אין דער פארוואלטונג פון דער פולקייט פון די צייטן איינצוזאמלען אינם משיח אלץ, וואס איז אויף די הימלען און אויף דער ערד; 11 אין אים, אין וועמען אויך מיר זענען געווארן יורשים, פארויס באשטימט לויט דער כוונה פון אים, וואס ווירקט אלץ לויט דער עצה פון זיין רצון; 12 כדי מיר זאלן זיין צום לויב פון זיין כבוד, מיר, וואס האבן פון פריער געהאפט אין דעם משיח; 13 אין וועמען אויך איר, האבנדיק געהערט דאס ווארט פון אמת—די גוטע בשורה פון אייער ישועה—אין וועמען אויך ווערנדיק מאמינים, איר זענט פארחתמעט געווארן דורך דעם גייסט פון דער הבטחה—דעם רוח הקודש, 14 וועלכער איז דער ערבון פון אונדזער ירושה, ביז צו דער אויסלייזונג פון דעם עם סגולה, צום לויב פון זיין כבוד.
15 צוליב דעם אויך איך, האבנדיק געהערט פון אייער גלויבן אין דעם האר יהושע/ישוע* און דער ליבע צו אלע הייליקע, 16 הער נישט אויף אפצוגעבן א שבח פאר אייך, ווען איך דערמאן אייך אין מיינע תפילות; 17 אז דער ג‑ט פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, דער פאטער פון כבוד, זאל אייך געבן א גייסט פון חכמה און פון אנטפלעקונג אין דער דערקענטעניש פון אים; 18 אז די אויגן פון אייער הארץ זאלן דערלויכטן ווערן, כדי איר זאלט וויסן וואס איז די האפנונג פון זיין רוף, און עשירות פון זיין הערלעכער ירושה אין די הייליקע, 19 און ווי אומפארגלייכלעכע גרויסקייט זיין מאכט איז לגבי אונדז, די מאמינים, לויט דער ווירקונג פון זיין מעכטיקן כוח, 20 וועלכן ער האט געווירקט אין דעם משיח, ווען ער האט אים אויפגעוועקט פון די טויטע און אים אנידערגעזעצט אויף זיין רעכטער *זייט אין די הימלען, 21 העכער פון יעדער הערשאפט און ממשלה און מאכט און רעגירונג און יעדן נאמען, וואס ווערט גערופן, נישט נאר אין דער דאזיקער וועלט, נאר אויך לעולם הבא; 22 און אלץ האט ער געלייגט אונטער זיינע פיס און אים אליין געגעבן ווי א ראש איבער אלעם צו דער קהלה, 23 וועלכע איז זיין גוף, זיין פולקייט, וואס פילט אָן אלץ אין אלעם.