דער בריוו צו די פיליפער
1
פוילוס און טימאטעוס, קנעכט פונם משיח יהושע/ישוע*, צו אלע הייליקע אינם משיח יהושע/ישוע*, וועלכע געפינען זיך אין פיליפיען, מיט די משגיחים און שמשים: 2 חסד צו אייך און שלום פון ג‑ט אונדזער פאטער, און פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח.3 איך דאנק מיין ג‑ט אזוי אפט ווי איך דערמאן מיך אין אייך, 4 אלעמאל אין אלע מיינע תפילות פאר אייך אלעמען—תפילה טוענדיק מיט פרייד— 5 צוליב אייער חברותאשאפט אין דער בשורה טובה פון דעם ערשטן טאג אָן ביז איצט; 6 זייענדיק בטוח אין דער דאזיקער זאך, אז ער (ה׳), וואס האט אנגעהויבן א גוטע ארבעט אין אייך, וועט זי פארפאלקאמענען ביז צום טאג פונם משיח יהושע/ישוע*; 7 ווי עס איז רעכט פאר מיר דאס דאזיקע צו דענקען וועגן אייך אלע, ווייל איך טראג אייך אין מיין הארץ, און אלע זענט איר אנטיילנעמער מיט מיר אין דעם חסד און אין מיינע קייטן, אין דער פארטיידיקונג און אין דער באפעסטיקונג פון דער בשורה טובה. 8 ווארום ה׳ איז מיין עדות, ווי איך בענק נאך אייך אלעמען אין דער בארמהארציקייט פונם משיח יהושע/ישוע*. 9 און בין מתפלל אויף דעם דאזיקן, אז אייער ליבע זאל זיך אלץ שטארקן מער און מער אין דערקענטעניש און יעדער פארשטאנדיקייט, 10 כדי אונטערשיידן די פארשיידענע זאכן, כדי איר זאלט זיין לויטער און וואס דערפירן נישט צום שטרויכלען ביז צום טאג פונם משיח, 11 אנגעפילט מיט דער פרוכט פון צדקות, וועלכע איז דורך יהושע/ישוע* המשיחן, צו ה׳ס כבוד און לויב.
12 און איך וויל אייך מודיע זיין, ברידער, אז דאס, וואס איז מיר געשען, איז גאר נאך מער אויסגעפאלן צום פארטשריט פון דער בשורה טובה, 13 אזוי, אז מיינע קייטן צוליב משיחן זענען אנטפלעקט געווארן אין דעם גאנצן פרעטאריום און אין אלע אנדערע (ערטער); 14 און דאס רוב פון די ברידער אינם האר איז דערמוטיקט געווארן דורך מיינע קייטן, מיט נאך מער מוט, אומדערשראקן צו רעדן ה׳ס ווארט. 15 אייניקע טאקע צוליב קנאה און געצאנק, און אנדערע פון גוטן ווילן דרשענען דעם משיח; 16 די דאזיקע טאן עס פון ליבע, וויסנדיק, אז איך בין באשטימט געווארן צום פארטיידיקן די בשורה טובה; 17 אבער יענע מיט אומריינע מאטיוון מאכן באקאנט דעם משיח, נישט אויף ריכטיקערהייט, צילנדיק צוצולייגן א צרה צו מיינע קייטן. 18 דעריבער וואס? נאר על כל פנים, צי אלס אן אויסרייד אדער באמת, משיח ווערט אויסגערופן: און אין דעם דאזיקן *פריי איך מיך, און וועל מיך נאך פרייען. 19 ווארום איך ווייס, אז דאס דאזיקע וועט אויספאלן צו מיין ישועה, דורך אייער מתפלל זיין און דורך דער הילף פון יהושע/ישוע* המשיחס גייסט, 20 לויט מיין ערנסטער דערווארטונג און בטחון, אז איך וועל אין גארנישט פארשעמט ווערן, נאר אין יעדער מוטיקייט, ווי אלעמאל, אזוי אויך איצט, וועט משיח פארהערלעכט ווערן אין מיין לייב, סאי דורכן לעבן און סאי דורכן טויט. 21 ווארום פאר מיר איז משיח דאס לעבן און דאס שטארבן—א געווינס. 22 נאר אויב צו לעבן אין דעם פלייש, איז דאס דאזיקע פאר מיר פרוכט פון ארבעט; און איך ווייס נישט וואס אויסצודערוויילן. 23 און פון ביידע זייטן בין איך אין א פארלעגנהייט, האבנדיק דעם פארלאנג נפטר צו ווערן און צו זיין מיט משיחן, ווייל עס איז פיל בעסער; 24 צו בלייבן אבער אינם פלייש איז פיל נויטיקער פאר אייערטוועגן. 25 און דאס דאזיקע ווייס איך גאנץ געוויס, אז איך וועל בלייבן און זיין מיט אייך אלעמען צו אייער שטארקונג און שמחה פון גלויבן; 26 כדי אייער בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע* זאל פארמערט ווערן דורך מיין קומען צו אייך נאכאמאל.
27 נאר פירט זיך אויף ווי עס שטייט אָן דער בשורה טובה פונם משיח, כדי צי איך קום און זע אייך, אדער קום נישט און הער וועגן אייך, אז איר שטייט אין איין גייסט, און ראנגלען צוזאמען מיט איין נפש פאר דער אמונה פון דער בשורה טובה, 28 און אין גארנישט אנגעשראקן פון די קעגנער: וועלכעס איז צו זיי א באווייז פון פארלוירן ווערן, צו אייך אבער פון רעטונג, און דאס דאזיקע איז פון ה׳; 29 ווייל צו אייך איז געגעבן געווארן פון וועגן דעם משיח, נישט נאר צו גלויבן אין אים, נאר אויך צו ליידן פאר אים; 30 האבנדיק דעם זעלביקן ראנגלעניש, וועלכן איר האט געזען אין מיר, און איצט הערט איר איז אין מיר.