קאפיטל זעקס
‏1 קינדער, געהארכט אייערע עלטערן אינם האר, ווארום דאס איז יושרדיק. ‏2 האלט ערלעך דיין פאטער און מוטער, דאס איז דאס ערשטע געבאט מיט א הבטחה; ‏3 כדי עס זאל דיר גיין וואויל, און דו זאלסט לעבן לאנג אויף דער ערד. (דברים ה, טז.) ‏4 און איר, טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, נאר דערציט זיי אין דעם חינוך און אין דעם מוסר פון דעם האר.
‏5 איר קנעכט, געהארכט די, וואס לויטן פלייש זענען אייערע הארן, מיט מורא און ציטערניש אין דער איינפאכקייט פון אייער הארץ, ווי דעם משיח; ‏6 דינענדיק נישט בלויז פארן אויג, ווי איר וואלט געוואלט מענטשן געפעלן, נאר ווי משיחס קנעכט, וואס טאן ה׳ס רצון פונם הארצן; ‏7 דינט מיט גוטן ווילן, ווי דעם האר און נישט פאר מענטשן; ‏8 וויסנדיק, אז וואס פאר א גוטס יעדער איינער וועט נישט טאן, וועט ער דאס זעלביקע באקומען פונם האר, סאי קנעכט סאי פרייער מענטש. ‏9 און איר הארן, טוט די זעלביקע זאכן לגבי זיי, אויפהערנדיק צו דראען, ווייל איר ווייסט, אז זייער האר און אייערער איז אין הימל, און פאר אים גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.
‏10 צום סוף, ווערט שטארק אינם האר און אין דעם כוח פון זיין גבורה. ‏11 טוט אָן די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט קענען ביישטיין די כיטרעקייטן פון דעם שׂטן. ‏12 ווייל דער ראנגלעניש פאר אונדז איז נישט קעגן בלוט און פלייש, נאר קעגן די ממשלות, קעגן די מאכטן, קעגן די וועלטהערשער פון דער דאזיקער פינצטערניש, קעגן די רוחות רעות אין די הימלישע ערטער. ‏13 צוליב דעם נעמט אייך די כלי זין פון ה׳, כדי איר זאלט זיך קענען אקייגנשטעלן אין דעם בייזן טאג, און האבנדיק אלץ געטאן, צו בלייבן שטיין. ‏14 דעריבער זאלט איר שטיין מיט אייערע לענדן ארומגעגארטלט מיט אמת, און אנגעטאן מיט דעם ברוסט שילד פון צדקות, ‏15 און אייערע פיס באשוכט מיט גרייטקייט פאר דער גוטער בשורה פון שלום; ‏16 און איבער אלעם נעמט דעם שילד פון אמונה, מיט וועלכן איר וועט זיין בכוח אויסצולעשן אלע ברענענדיקע פיילן פון דעם בייזן (שׂטן). ‏17 און דעם העלם פון ישועה זאלט איר נעמען, און די שווערד פון דעם גייסט, וואס איז ה׳ס ווארט; ‏18 מתפלל זייענדיק צו יעדער צייט אינם גייסט מיט תפילות און תחנונים, און צו דעם צוועק וואכנדיק מיט יעדער התמדה און געבעט פאר אלע קדושים, ‏19 און פאר מיר, אז עס זאל מיר געגעבן ווערן א ווארט ביים אויפמאכן מיין מויל, כדי מיט א פתחון פה מגלה צו זיין דעם סוד פון דער גוטער בשורה, ‏20 פאר וועלכער איך בין א שליח (אן אמבאסאדאר) אין קייטן, אז דערין זאל איך רעדן אזוי מוטיק, ווי עס איז מיין חוב.
‏21 און כדי אויך איר זאלט וויסן וואס מיט מיר געשעט און וואס איך טו, וועט טיכיקוס, דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת אינם האר, אייך אלץ צו וויסן טאן. ‏22 אים האב איך געשיקט צו אייך טאקע צוליב דעם דאזיקן, כדי איר זאלט זיך דערוויסן ווי עס דערגייט אונדז, און אז ער זאל טרייסטן אייערע הערצער.
‏23 שלום צו די ברידער, און ליבע מיט אמונה פון ג‑ט דעם פאטער און פון דעם האר יהושע/ישוע* המשיח. ‏24 זאל דער חסד זיין מיט אלע, וואס האבן ליב דעם האר אונדזערן יהושע/ישוע* המשיח מיט אן אומפארדארבלעכער ליבע. אמן.