קאפיטל פינף
1 גייט דעריבער אין די דרכים פון ה׳, ווי געליבטע קינדער; 2 און לעבט אין ליבע, ווי אויך דער משיח האט אייך ליב געהאט און זיך איבערגעגעבן פאר אונדז אלס א קרבן און זבח צו ה׳ פאר א ריח ניחוח. 3 זנות אבער און יעדע אומזויבערקייט אדער גייציקייט זאל אפילו נישט דערמאנט ווערן ביים נאמען צווישן אייך, ווי עס שטייט אָן פאר הייליקע; 4 אויך נישט קיין נבול‑פה און נארישע רייד אדער צוויידייטיקע וויצן, וואס פאסן זיך נישט; נאר ליבער (זאלט איר אפגעבן) א שבח. 5 ווארום דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז קיין נואף אדער אומזויבערער (מענטש) אדער געלטגייציקער, וואס איז ווי א געצנדינער, האט נישט קיין נחלה אין דעם מלכות פון דעם משיח און ה׳. 6 זאל אייך קיינער נישט פארפירן מיט פוסטע רייד; ווארום דורך די דאזיקע קומט ה׳ס צארן אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט. 7 ווערט דעריבער נישט קיין מיטאנטיילנעמער מיט זיי; 8 ווארום אמאל זענט איר געווען פינסטערניש, איצט אבער (זענט איר) ליכט אין דעם האר, פירט זשע זיך אויף ווי קינדער פונם ליכט— 9 ווארום די פירות פון דעם ליכט באשטייען אין יעדער גוטסקייט און גערעכטיקייט און ווארהאפטיקייט— 10 און פרובירט אויס וואס עס איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר (ג‑ט); 11 און האט נישט קיין חברותאשאפט מיט די אומפרוכטבארע מעשים פון דער פינסטערניש, נאר ליבער זאלט איר זיי שטראפן; 12 ווארום עס איז אפילו א חרפה צו רעדן פון דעם, וואס זיי טאן אין פארבארגעניש. 13 און אלץ, וואס ווערט געשטראפט פונם ליכט, ווערט אנטפלעקט, 14 ווייל אלץ, וואס ווערט אנטפלעקט, איז ליכט. דערפאר זאגט ער:
וואך אויף, דו שלאפנדיקער,
און שטיי אויף פון די טויטע,
און דער משיח וועט דיך באלויכטן!
(ישעיהו ס, א.)
15 גיט זשע גוט אכטונג וויאזוי איר לעבט, נישט ווי נאראנים, נאר ווי חכמים; 16 אויסקויפנדיק די צייט, ווייל די טעג זענען בייז. 17 צוליב דעם זאלט איר נישט זיין נאריש, נאר איר זאלט פארשטיין וואס דעם האר (ג‑טס) רצון איז. 18 און שכורט זיך נישט אָן מיט וויין, אין וועלכן עס איז צעלאזנקייט, נאר ווערט אנגעפילט מיט דעם גייסט; 19 רעדנדיק איינער מיט דעם אנדערן מיט שירות ותשבחות און רוחניותדיקע שירים, און זינגט און שפילט אין אייער הארץ צום האר; 20 גיט אלעמאל אפ א שבח צו ג‑ט און דעם פאטער פאר אלעם אין דעם נאמען פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח; 21 און אונטערטעניקט זיך איינס צום אנדערן אין דער יראה פונם משיח.
22 זאלן די פרויען זיין (אונטערטעניק) צו זייערע אייגענע מענער ווי צום האר, 23 ווייל דער מאן איז דער קאפ פון דער פרוי, ווי אויך דער משיח איז דער קאפ פון דער קהלה; ער אליין איז דער רעטער פונם גוף. 24 נאר ווי די קהלה איז אונטערטעניק צום משיח, אויך אזוי זאלן די פרויען (זיין) צו די מענער אין אלעם. 25 איר מענער, האט ליב אייערע פרויען, ווי אויך דער משיח האט ליב געהאט די קהלה, און זיך אוועקגעגעבן פאר איר, 26 כדי ער זאל זי הייליקן, האבנדיק זי טהור געמאכט דורך דער מקווה פון וואסער מיט דעם ווארט, 27 כדי ער זאל אוועקשטעלן פאר זיך די קהלה א הערלעכע, וואס האט נישט קיין פלעק אדער קנייטש אדער עפעס דאס גלייכן, נאר אז זי זאל זיין הייליק און אָן א פעלער. 28 אויך אזוי זענען די מענער מחויב ליב צו האבן זייערע פרויען ווי זייערע אייגענע קערפערס. ווער עס האט ליב זיין אייגענע פרוי, דער האט זיך אליין ליב; 29 ווארום קיינער האט נאך קיינמאל נישט פיינט געהאט זיין אייגן לייב, נאר ער שפייזט עס און פלעגט עס אזוי, ווי אויך דער משיח די קהלה; 30 ווייל מיר זענען גלידער פון זיין גוף. 31 דערפאר וועט א מענטש פארלאזן דעם פאטער און די מוטער, און זיך באהעפטן מיט זיין ווייב, און די צוויי וועלן זיין איין פלייש. (בראשית ב, כד.) 32 דאס דאזיקע איז א גרויסער סוד, איך רעד אבער פון דעם משיח און דער קהלה. 33 דאך זאל אויך יעדער איינער פון אייך, איינער ווי דער אנדערער, אזוי ליב האבן זיין ווייב, ווי זיך אליין; און די פרוי זאל האבן ערעפורכט פארן מאן.