קאפיטל פיר
‏1 דעריבער בעט איך אייך, איך, דער געפאנגענער אינם האר, אז איר זאלט לעבן ווי עס שטייט אָן דעם רוף, מיט וועלכן איר זענט גערופן געווארן, ‏2 מיט יעדער הכנעה און עניוותדיקייט, מיט סבלנות, דערטראגנדיק איינער דעם אנדערן אין ליבע, ‏3 און זייט פלייסיק אפצוהיטן די אחדות פון דעם גייסט אין דעם קנופ פון שלום: ‏4 איין גוף און איין גייסט, ווי איר זענט אויך גערופן געווארן אין איין האפנונג פון אייער רוף; ‏5 איין האר, איין אמונה, איין מקווה; ‏6 איין ג‑ט און פאטער פון אלעמען, וועלכער איז איבער אלעמען און דורך אלעמען און אין אלעמען. ‏7 נאר יעדן איינעם פון אונדז איז דער חסד געגעבן געווארן לויט דער מאס פון דעם משיחס מתנה. ‏8 דערפאר זאגט ער:
ווען ער איז ארויפגעגאנגען אינדערהויך,
האט ער געפאנגענשאפט גענומען געפאנגען
און געגעבן מתנות צו די מענטשן.
(תהלים סח, יט.)
‏9 און דאס ער איז ארויפגעגאנגען, וואס באטייט עס, אויב נישט אז ער איז אויך אראפגעגאנגען אין די נידריקסטע טיילן פון דער ערד? ‏10 דער, וואס איז אראפגעגאנגען, איז דער זעלביקער, וואס איז ארויפגעגאנגען העכער פון אלע הימלען, כדי אלץ ממלא צו זיין. ‏11 און האט געגעבן אייניקע פאר שליחים, און אייניקע פאר נביאים, און אייניקע פאר מבשרים, און אייניקע פאר פאסטוכער און מלמדים; ‏12 צו דער פארפאלקאמונג פון די הייליקע פאר דעם טאן פון דער עבודה, צום אויפבויען פון דעם משיחס גוף, ‏13 ביז מיר אלע וועלן דערגרייכן צו דער אחדות פון אמונה און דערקענטעניש פון דעם זון פון דער אויבערשטער, צום פאלקאמענעם מענטשן, צו דער מאס פון דעם וואוקס פון משיחס פולקייט; ‏14 כדי מיר זאלן מער נישט זיין קיין קינדער, פון כוואליעס געשטויסן און ארומגעטראגן פון יעדן ווינט פון לערנונג, דורך דער באטריגערישקייט פון מענטשן, דורך כיטרעקייט פון באטרוג צו פארפירן; ‏15 נאר, זאגנדיק דעם אמת אין ליבע, לאמיר אין אלעם וואקסן אין אים, וואס איז דער קאפ, דער משיח, ‏16 פון וועמען דער גאנצער גוף, זייענדיק צוזאמענגעפאסט און צוזאמענגעבונדן, דורך אלע געלענקען, וואס (איינס) העלפט (דאס אנדערע), וואס לויט דעם כוח אין מאס פון יעדן אבר באזונדער, מאכט וואקסן דעם גוף, זיך אויפצובויען אין ליבע.
‏17 דאס דאזיקע זאג איך דעריבער און באשווער אייך אינם האר, אז איר זאלט זיך מער נישט אויפפירן, ווי די גויים פירן זיך אויף אין דער נישטיקייט פון זייער שכל, ‏18 וועלכע זענען פארפינסטערט אין זייער פארשטאנד, פארפרעמדט פון דעם לעבן פון ה׳, צוליב דעם אומוויסן, וואס איז אין זיי, דורך דער פארטעמפטקייט פון זייער הארץ; ‏19 האבנדיק פארלוירן יעדעס געפיל, האבן זיי זיך איבערגעגעבן צו פארשייטקייט, צו טאן יעדע אומזויבערקייט אין (שייכות מיט) געלטגייציקייט. ‏20 איר אבער האט נישט אזוי געלערנט דעם משיח; ‏21 אויב איר האט באמת פון אים געהערט און זענט געלערנט געווארן אין אים—ווי דער אמת איז אין יהושען/ישוען*— ‏22 אז וואס שייך דעם פריערדיקן לעבנסשטייגער זאלט איר אפטאן דעם אלטן מענטשן, וועלכער גייט צו גרונט פון די פארפירערישע תאוות, ‏23 און באנייט ווערן אינם גייסט פון אייער פארשטאנד. ‏24 און זאלט זיך אנקליידן דעם נייעם מענטשן, וואס איז באשאפן געווארן לויט (דעם דמות) אלקים אין צדקות און קדושה פונם אמת.
‏25 דערפאר טוט אפ פון אייך דעם שקר און רעדט דעם אמת, יעדער איינער מיט זיין חבר, ווייל מיר זענען אברים איינער פונם אנדערן. ‏26 צארנט און זינדיקט נישט. זאל די זון נישט אונטערגיין אויף אייער רוגז; ‏27 און גיט נישט דעם שׂטן קיין ארט. ‏28 זאל דער גנב מער נישט גנבענען, נאר ליבער זאל ער ארבעטן, טוענדיק גוטס מיט זיינע אייגענע הענט, כדי ער זאל האבן וואס צו געבן דעם, וואס האט נויט. ‏29 זאל קיין געמיין ווארט נישט ארויסקומען פון אייער מויל ארויס, נאר וואס איז גוט, וואו נויטיק, צום אויפבויען, כדי עס זאל געבן חן צו די, וואס הערן עס. ‏30 און באטריבט נישט ה׳ס רוח הקודש, אין וועמען איר זענט פארחתמעט געווארן ביז צום טאג פון דער גאולה. ‏31 יעדע ביטערקייט, און כעס און צארן און געשריי און לעסטערונג זאלט איר אפטאן פון אייך, צוזאמען מיט יעדער רשעות; ‏32 ווערט אבער גוט איינער צום אנדערן, בארמהערציק, זייט זיך מוחל איינער דעם אנדערן, ווי אויך ה׳ אינם משיח האט אייך מוחל געווען.