קאפיטל דריי
1 צוליב דעם בין איך, פוילוס—דער געפאנגענער פון דעם משיח יהושע/ישוע* פאר אייך גויים— 2 אויב איר האט געהערט פון דער פארוואלטונג פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן פאר אייערטוועגן, 3 אז לויט אן אנטפלעקונג איז מיר נתגלה געווארן דער סוד, ווי איך האב אייך שוין פריער געשריבן בקיצור, 4 כדי לייענענדיק עס, זאלט איר קענען פארשטיין מיין השגה אין דעם סוד פון דעם משיח, 5 וואס איז אין אנדערע דורות נישט נתגלה געווארן צו די מענטשנקינדער ווי עס איז איצט אנטפלעקט צו זיינע הייליקע, שליחים און נביאים אינם גייסט, 6 אז די גויים זענען מיטיורשים און מיטגלידער און מיטאנטיילנעמער פון דער הבטחה אינם משיח יהושע/ישוע* דורך דער בשורה טובה, 7 פון וועלכער איך בין געווארן א משרת לויט דער מתנה פון ה׳ס חסד, וואס איז מיר געגעבן געווארן לויט דער ווירקונג פון זיין גבורה; 8 מיר, דעם קלענסטן פון אלע קדושים, איז געגעבן געווארן דער דאזיקער חסד, אנצוזאגן צו די גויים די בשורה פון משיחס נישט אויספארשבארער עשירות; 9 און אלעמען צו באלויכטן, וואס עס איז דער רעיון פון דעם סוד, וועלכער איז פון אייביקע צייטן אָן געווען פארבארגן אין ה׳ דעם באשעפער פון אלעם; 10 כדי איצט זאל נתגלה ווערן צו די ממשלות און מאכטן אין די הימלישע ערטער דורך דער קהלה די פילפאכיקע חכמה פון ה׳, 11 לויט דעם אייביקן באשלוס, וואס ער האט געמאכט אין דעם משיח יהושע/ישוע*, דעם האר אונדזערן; 12 אין וועמען מיר האבן דעם פתחון פה און דעם צוטריט מיט בטחון דורך אמונה אין אים. 13 דערפאר בעט איך מיך ביי אייך, איר זאלט נישט אנטמוטיקט ווערן דורך מיינע צרות פאר אייערטוועגן, וועלכע זענען א כבוד פאר אייך.
14 צוליב דעם בויג איך מיינע קני פאר דעם פאטער, 15 פון וועמען אלע משפחות אין הימל און אויף דער ערד ווערן אנגערופן (מיט א נאמען), 16 אז ער זאל אייך געבן לויט דער עשירות פון זיין כבוד, מיט גבורה געשטארקט צו ווערן אין דעם אינערלעכן מענטשן דורך זיין גייסט; 17 אז דורך אמונה זאל דער משיח וואוינען אין אייערע הערצער; אז איר זאלט זיין איינגעווארצלט און געגרונטפעסטיקט אין ליבע, 18 כדי איר זאלט קענען משיג זיין צוזאמען מיט אלע קדושים די ברייט און די לענג און די הויך און די טיפעניש, 19 און צו דערקענען דעם משיחס ליבע, וואס שטייגט איבער דערקענטעניש, כדי איר זאלט אנגעפילט ווערן מיט יעדער שפע פון ה׳.