קאפיטל דריי
‏1 ווייטער, ברידער מיינע, פריידט זיך אינם האר. צו שרייבן צו אייך די זעלביקע זאכן איז פאר מיר נישט קיין לאסט, פאר אייך אבער איז עס א פארזיכערונג.
‏2 היט זיך פאר די כלבים, היט זיך פאר די שלעכטע ארבעטער, היט זיך פאר דער קערפערלעכער באשניידונג; ‏3 ווארום מיר זענען די (פון דער אמתער) באשניידונג, וואס דינען ה׳ דורכן גייסט, וואס בארימען זיך אינם משיח יהושע/ישוע*, און האבן נישט קיין בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; ‏4 הגם איך וואלט אויך געקענט האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן; אויב אן אנדערער מיינט, ער קען האבן בטחון אויף דעם גשמיותדיקן, קען איך פיל מער; ‏5 מיך האט מען מל געווען דעם אכטן טאג, איך בין פונם פאלק ישראל, פונם שבט בנימין, אן עברי פון די עברים, א פרוש לויט דער תורה; ‏6 לויט דער קנאות—א רודף פון דער קהלה; וואס שייך דער צדקות, וועלכע קומט פון דער תורה, אָן א מום. ‏7 נאר די זאכן, וואס זענען פאר מיר געווען א געווינס, זיי האב איך באטראכט ווי א פארלוסט פאר משיחס וועגן. ‏8 יא, איך באטראכט טאקע אלץ ווי א פארלוסט פון וועגן דער דערהויבנקייט פון דער דערקענטעניש פונם משיח יהושע/ישוע* מיין האר, צוליב וועמען איך האב אלץ פארלוירן, און איך באטראכט אלץ ווי מיסט, כדי איך זאל געווינען משיחן, ‏9 און געפינען ווערן אין אים, נישט מיט מיין (אייגענער) צדקות, וועלכע איז פון דער געזעץ, נאר מיט דער, וואס איז דורך גלויבן אינם משיח—ה׳ס צדקות, וועלכע קומט דורך אמונה; ‏10 אז איך זאל אים קענען, און די מאכט פון זיין אויפשטיין (תחית המתים), און די חברותאשאפט פון זיינע עינויים, ענלעך ווערנדיק צו זיין טויט; ‏11 אפשר וועט זיך ווי עס איז דערגרייכן צו תחית המתים. ‏12 נישט אז איך האב שוין דערגרייכט, אדער בין שוין פולקום געווארן; נאר איך יאג נאך, אפשר וועל איך אויך דערגרייכן, ווי איך בין דערגרייכט געווארן פונם משיח יהושע/ישוע*. ‏13 ברידער, איך האלט מיך נישט ווי איך וואלט שוין דערגרייכט, נאר איין זאך (טו איך): איך פארגעס דאס, וואס פון הינטן, און שטרעק מיך אויס נאך דעם, וואס איז פאר מיר, ‏14 איך יאג מיך צום ציל נאך דעם שכר פון ה׳ס הויכער בארופונג אינם משיח יהושע/ישוע*. ‏15 דעריבער, אזעלכע וואס זענען שוין שלמותדיק, לאמיר דענקען דאס דאזיקע; און אויב איר דענקט אנדערש וועגן עפעס, אויך דאס דאזיקע וועט ה׳ אייך אנטפלעקן; ‏16 דאך, לאמיר לעבן לויט דעם, וואס מיר האבן שוין דערגרייכט.
‏17 ברידער, זייט מיינע מיטנאכפאלגער; און פארקוקט זיך אויף די, וואס לעבן אזוי, ווי איר האט אונדז פאר א ביישפיל. ‏18 ווארום א סך לעבן, וועגן וועמען איך האב אייך מערערע מאל געזאגט, און איצט זאג איך אייך וויינענדיק, אז זיי זענען די שונאים פון משיחס בוים; ‏19 זייער סוף איז פארדארבונג, זייער ג‑ט איז דער בויך, און זייער רום איז אין זייער חרפה, זיי דענקען (נאר) פון ערדישע זאכן. ‏20 ווארום אונדזער בירגער רעכט איז אין הימל, פונוואנען מיר דערווארטן אויך דעם גואל, דעם האר יהושע/ישוע* המשיח, ‏21 וועלכער וועט איבעראנדערשן דעם גוף פון אונדזער שיפלות, גלייך צו ווערן צום גוף פון זיין כבוד, לויט דער קראפט, מיט וועלכער ער קען אלץ אונטערטעניקן צו זיך אליין.