קאפיטל פיר
‏1 איר הארן, גיט אייערע קנעכט דאס, וואס איז גערעכט און יושרדיק, און זייט וויסן, אז אויך איר האט א האר אין הימל.
‏2 האלט אָן אין מתפלל זיין, און וואכט אין דעם מיט דאנק; ‏3 תפילה טוענדיק צוגלייך אויך פאר אונדז, אז ה׳ זאל אויפעפענען א טיר פאר דעם ווארט, צו רעדן דעם סוד פון משיח, צוליב וועמען איך בין אויך געבונדן; ‏4 כדי איך זאל עס מגלה זיין, ווי איך דארף רעדן. ‏5 פירט זיך אין חכמה לגבי די, וואס זענען אין דרויסן, אויסקויפנדיק די צייט. ‏6 אייער ווארט זאל תמיד זיין מיט חן, געווירצט מיט זאלץ, כדי איר זאלט וויסן וויאזוי איר האט יעדן איינעם צו ענטפערן.
‏7 אלץ, וואס מיך באטרעפט, וועט טיכיקוס דער געליבטער ברודער און געטרייער משרת און מיין מיטקנעכט אינם האר אייך צו וויסן טאן, ‏8 וועמען איך האב געשיקט צו אייך פאר דעם זעלביקן צוועק, כדי איר זאלט וויסן ווי עס דערגייט אונדז, און ער זאל טרייסטן אייערע הערצער, ‏9 צוזאמען מיט אנעסימוסן, דעם געטרייען און געליבטן ברודער, וועלכער איז פון אייך. זיי וועלן אייך אלץ מודיע זיין, וואס עס קומט דא פאר.
‏10 עס גיט אייך אפ שלום אריסטארכוס דער מיטגעפאנגענער מיינער, און מארקוס בר‑נבאס שוועסטערן‑זון (וועגן וועמען איר האט באקומען באפעלן; אויב ער וועט קומען צו אייך, זאלט איר אים אויפנעמען), ‏11 און יהושע/ישוע, וועלכער ווערט גערופן יוסטוס, וואס זענען פון די געמלטע; די דאזיקע זענען מיינע איינציקע מיטארבעטער אין דעם קעניגרייך פון ה׳, וועלכע זענען געווארן פאר מיר א נחמה. ‏12 עס גיט אייך אפ שלום עפאפראס, וועלכער איז פון אייך, א קנעכט פון דעם משיח יהושע/ישוע*, תמיד ראנגלענדיק זיך פאר אייערטוועגן אין זיינע תפילות, כדי איר זאלט שטיין פולקום און פעליק געוויס אין דעם גאנצן רצון פון ה׳. ‏13 ווארום איך זאג עדות וועגן אים, אז ער גיט זיך פיל מי פאר אייך און פאר די אין לאאדיצעא און אין היעראפאליס. ‏14 עס גיט אייך אפ שלום לוקאס דער געליבטער רופא, און דעמאס. ‏15 גיט אפ שלום די ברידער אין לאאדיצעא, און נימפאסן, און די קהלה אין איר הויז. ‏16 און ווען דער בריוו וועט ביי אייך פארגעלייענט ווערן, מאכט, אז ער זאל אויך געלייענט ווערן אין דער קהלה אין לאאדיצעא; און אז איר זאלט אויך לייענען דעם בריוו פון לאאדיצעא. ‏17 און זאגט ארכיפוסן: גיב אכטונג אויף דער עבודה, וואס דו האסט באקומען אינם האר, אז דו זאלסט זי דערפילן.
‏18 דער גרוס מיט מיין אייגענער האנט, פון (מיר) פוילוס. געדענקט מיינע קייטן. זאל דער חסד זיין מיט אייך. אמן.