קאפיטל דריי
1 דעריבער, אויב איר זענט אויפגעשטאנען צוזאמען מיט דעם משיח, זאלט איר זוכן דאס, וואס איז אויבן, וואו דער משיח זיצט צו ה׳ס רעכטער *זייט. 2 טראכט פון דעם, וואס איז אויבן, נישט פון דעם, וואס איז אויף דער ערד. 3 ווארום איר זענט געשטארבן, און אייער לעבן איז פארבארגן מיט דעם משיח אין ה׳. 4 ווען דער משיח, אונדזער לעבן, וועט נתגלה ווערן, וועט איר דעמאלט אויך נתגלה ווערן מיט אים אין כבוד.
5 טייט דעריבער אפ אייערע אברים, וועלכע זענען אויף דער ערד: זנות, טומאה, ליידנשאפט, בייזע תאווה, און די געלטגייציקייט, וואס איז עבודה זרה; 6 צוליב וועלכע דער גרימצארן פון ה׳ קומט אויף די קינדער פון ווידערשפעניקייט; 7 אין וועלכע זאכן איר האט אויך געוואנדלט אמאל, ווען איר האט געלעבט אין די דאזיקע. 8 איצט אבער טוט אויך אפ (פון זיך) דאס אלץ: רוגז, כעס, רשעות, לעסטערונג, שענדלעכע רייד פון אייער מויל; 9 זאגט נישט קיין שקר איינס דעם אנדערן, ווייל איר האט אויסגעטאן (פון זיך) דעם אלטן מענטשן מיט זיינע מעשים, 10 און האט אנגעטאן דעם נייעם, וועלכער ווערט באנייט צו דערקענטעניש לויט דעם אפבילד פון זיין באשעפער; 11 וואו עס איז נישטא קיין גריך און ייד, מילה און ערלה, בארבאר, סקיטער, קנעכט, פרייער (מענטש), נאר משיח איז אלץ און אין אלעם.
12 קליידט זיך אָן דעריבער, ווי אויסדערוויילטע פון ה׳, הייליקע און געליבטע, מיט א הארץ פון רחמנות, גוטסקייט, מיט א נידעריק געמיט, ענווה, סבלנות; 13 פארטראגט איינער דעם אנדערן און זייט זיך מוחל, ווען עמיצער האט עפעס פארצוווארפן אן אנדערן; פונקט ווי אויך דער האר האט אייך מוחל געווען, אזוי (זאלט) איר אויך (טאן); 14 און איבער אלעם (זאלט איר אנטאן) ליבע, וואס איז דער בונד פון שלימות. 15 און זאל אין אייערע הערצער הערשן דער שלום פון דעם משיח, צו וועלכן איר זענט גערופן געווארן אין איין גוף, און זייט דאנקבאר. 16 זאל משיחס ווארט וואוינען בשפע אין אייך, אין יעדער חכמה; לערנט און זייט מזהיר איינער דעם אנדערן מיט מזמורים, לויב געזאנגען און רוחניותדיקע שירים, און זינגט מיט דאנק אין אייערע הערצער צו ה׳. 17 און אלץ, וואס איר טוט, סאי אין ווארט סאי אין טאט, (זאלט איר טאן) אלץ אין דעם נאמען פונם האר יהושע/ישוע*, דאנקענדיק ג‑ט דעם פאטער דורך אים.
18 איר פרויען, אונטערטעניקט זיך צו אייערע מענער, ווי עס שטייט אָן אינם האר. 19 איר מענער, האט ליב אייערע ווייבער, און פארביטערט זיך נישט קעגן זיי. 20 קינדער, זייט געהארכזאם צו אייערע עלטערן אין אלעם, ווארום דאס דאזיקע איז וואוילגעפעלן פאר דעם האר. 21 טאטעס, דערצערנט נישט אייערע קינדער, כדי זיי זאלן נישט פארלירן דעם מוט. 22 איר קנעכט, זייט געהארכזאם אין אלעם צו אייערע הארן לויטן פלייש, נישט צו דינען נאר פארן אויג, ווי די, וועלכע זענען אויסן חן ביי מענטשן, נאר מיט אן אויפריכטיקייט פון דעם הארצן, פארכטנדיק זיך פאר דעם האר; 23 און וואס איר וועט טאן, זאלט איר טאן מיטן גאנצן הארצן, ווי פאר דעם האר, און נישט פאר מענטשן, 24 וויסנדיק, אז פון דעם האר וועט איר באקומען דעם שכר פון דער ירושה; ווארום איר דינט דעם האר משיח! 25 און ווער עס טוט אן עוולה, וועט ער באקומען דעם (עונש פאר דער) עוולה, וואס ער האט געטאן, און עס גיבט נישט קיין נושא פנים זיין.