קאפיטל דריי
1 דאס דאזיקע אבער זאלסטו וויסן, אז אין די לעצטע טעג וועלן קומען שווערע צייטן. 2 ווארום די מענטשן וועלן זיין ליבהאבער פון זיך אליין, ליבהאבער פון געלט, בארימער, חוצפהדיק, לעסטערער, אומגעהארכזאם צו עלטערן, אומדאנקבאר, ג‑טלאז, 3 אוממענטשלעך, נישט גענייגט מוחל צו זיין, טייוולאנים, נישט איינגעהאלטן, אכזרים, שונאים פון גוטס, 4 פאררעטעריש, לייכטזיניק, אנגעבלאזן, וואס האבן ליב פארגעניגנס מער ווי זיי האבן ליב ה׳; 5 וואס האבן א געשטאלט פון יראת שמים, פארלייקענען אבער די קראפט דערפון; אויך פון די דאזיקע קער דיך אפ. 6 ווארום פון די דאזיקע זענען די, וואס גנבענען זיך אריין אין הייזער און נעמען געפאנגען נארישע ווייבלעך, וועלכע זענען באלאדן מיט זינד און ווערן פארפירט פון פארשיידענע תאוות, 7 וואס תמיד לערנען זיי, און קענען קיינמאל נישט קומען צו דער דערקענטעניש פון דעם אמת. 8 און פונקט ווי יאנעס און יאמברעס האבן זיך אקייגנגעשטעלט משה (רבנו), אזוי שטעלן זיך אויך די דאזיקע אנטקעגן דעם אמת; מענטשן מיט א פארדארבענעם פארשטאנד, פארווארפן וואס שייך דער אמונה. 9 זיי וועלן אבער ווייטער נישט קומען; ווארום זייער נארישקייט וועט ווערן באשיימפערלעך קלאר פאר אלעמען, ווי עס איז אויך געשען מיט יענע. 10 דו אבער האסט נאכגעפאלגט מיין לערנונג, מיין אויפפירונג, מיין מיינונג, מיין אמונה, מיין לאנגמוטיקייט, מיין ליבע, מיין סבלנות, 11 מיינע פארפאלגונגען, עינויים, וועלכע זענען געקומען אויף מיר אין אנטיאכיען, אין איקאניום, אין ליסטרא; וואס פאר א רדיפות איך האב איבערגעטראגן; און פון אלע האט מיך דער האר מציל געווען. 12 יא, אלע, וועלכע ווילן לעבן ג‑טספארכטיק אין משיח יהושע/ישוע*, וועלן פארפאלגט ווערן. 13 שלעכטע מענטשן אבער און באטריגער וועלן ווערן ערגער און ערגער, וועלן פארפירן און פארפירט ווערן. 14 דו אבער בלייב אין דעם, וואס דו האסט געלערנט, און וואס איז דיר אנפארטרויט געווארן, וויסנדיק פון וועמען דו האסט עס געלערנט, 15 און ווייל פון קינדווייז אויף האסטו געקענט די כתבי הקודש, וועלכע קענען דיך מאכן קלוג צו ישועה דורך אמונה, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע*. 16 אלע כתבי (הקודש) זענען אינספירירט פון ה׳ס גייסט, און זענען נוצלעך צו לערנונג, צו מוסר, ארויפצופירן אויפן דרך הישר, צו דערציאונג אין צדקות; 17 כדי דער מענטש פון ג‑ט זאל זיין שלמותדיק, פעליק צוגעגרייט צו כלערליי מעשים טובים.