קאפיטל צוויי
1 דעריבער דו, מיין זון, שטארק דיך אין דעם חסד, וואס איז אין משיח יהושע/ישוע*. 2 און וואס דו האסט געהערט פון מיר פאר א סך עדות, דאס גיב איבער צו באגלויבטע מענטשן, וועלכע וועלן זיין פעאיק צו לערנען אויך אנדערע. 3 לייד מיט ווי א גוטער זעלנער פונם משיח יהושע/ישוע*. 4 קיין זעלנער פארוויקלט זיך נישט אין די עסקים פון דעם לעבן; כדי ער זאל וואוילגעפעלן דעם אפיציר, 5 וואס האט אים גענומען צום מיליטער. און ווען עמיצער ראנגלט זיך ווי אן אטלעט, ווערט ער נישט געקריינט, אויב ער האט זיך נישט געראנגלט לויט דעם געזעץ. 6 דער פארמער, וואס פראצעוועט, זאל צום ערשט געניסן פון די פירות. 7 פארשטיי וואס איך זאג; ווארום דער האר וועט דיר געבן חכמה אין יעדער זאך. 8 געדענק יהושע/ישוע* המשיחן, וועלכער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, איז פון דער זרע דוד, לויט מיין בשורה טובה; 9 פאר וועלכער איך לייד אזש ביז קייטן, ווי א פארברעכער; נאר ה׳ס ווארט איז נישט געבונדן. 10 דערפאר טראג איך אלץ איבער צוליב די אויסדערוויילטע, כדי זיי אויך זאלן דערגרייכן די ישועה אינם משיח יהושע/ישוע* מיט אייביקן כבוד. 11 עס איז א באגלויבט ווארט: ווארום אויב מיר זענען געשטארבן צוזאמען מיט אים, וועלן מיר אויך לעבן צוזאמען מיט אים; 12 אויב מיר האבן סבלנות, וועלן מיר אויך קעניגן צוזאמען מיט אים; אויב מיר וועלן אים פארלייקענען, וועט ער אויך אונדז פארלייקענען; 13 אויב מיר גלויבן נישט, בלייבט ער (אלץ) געטריי; ווארום ער קען זיך נישט פארלייקענען.
14 דאס ברענג אלע צום זכרון, באשווערנדיק זיי פאר ה׳, זיך נישט צו צאנקען איבער ווערטער, וואס נוצט צו גארנישט, (בלויז) צום פארדארבן די צוהערער. 15 גיב דיר די מי, זיך פארצושטעלן פאר ה׳ ווי אן אויסגעפרואווטער ארבעטער, וועלכער דארף זיך נישט שעמען, וואס טיילט אויס ריכטיק דאס ווארט פון אמת. 16 מייד אבער אויס די אומווירדיקע און פוסטע רייד; ווארום זיי דערפירן נאך צו א סך מער רשעות, 17 און זייער ווארט צעפרעסט ווי בראנד; פון זיי זענען הימענעוס און פילעטוס, 18 וועלכע האבן אפגענייגט פון דעם אמת, זאגנדיק, אז עס איז שוין געווען תחית המתים; און קערן איבער די אמונה פון אייניקע. 19 דאך ה׳ס שטארקער יסוד שטייט פעסט, האבנדיק דעם דאזיקן חותם: דער האר קען די, וועלכע זענען זיין, און: זאל זיך אפקערן פון אומגערעכטיקייט יעדער איינער, וואס רופט אָן דעם הארס נאמען. 20 אין א גרויס הויז געפינען זיך נישט בלויז גאלדענע און זילבערנע כלים, נאר אויך הילצערנע און ליימענע; און די ערשטע צו כבוד און די לעצטע צו אומכבוד. 21 ווען דעריבער עמיצער וועט זיך לייטערן פון די דאזיקע, וועט ער זיין א כלי צו כבוד, געהייליקט, נוצלעך פאר דעם האר, גרייט צו כלערליי מעשים טובים. 22 אנטלויף אבער פון די יוגנטלעכע תאוות, און יאג נאך צדקות, אמונה, ליבע, שלום מיט די, וועלכע רופן אָן דעם האר אויס א לויטער הארץ. 23 אבער נארישע און קינדישע מחלוקת זאלסטו אויסמיידן, וויסנדיק, אז זיי ברענגען ארויס קריגערייען. 24 דעם הארס קנעכט אבער זאל זיך נישט קריגן, נאר זיין פריינדלעך לגבי אלעמען, פעאיק צו לערנען (אנדערע), א סבלן, 25 וואס זאגט מיט עניוותדיקייט שטראפרייד צו די ווידערשפעניקע; אפשר וועט ה׳ זיי שענקען תשובה, צום דערקענען דעם אמת, 26 און ווידער ניכטער צו ווערן אויס דעם שׂטנס פאסטקע ארויס, וואס ער האט זיי געפאנגען צו זיין ווילן.