דער בריוו צו די יידן
(מאמינים אינם משיח)
1
נאכדעם ווי ה׳ האט פארצייטנס אין אפט מאל און אויף פארשיידענע אופנים גערעדט צו אונדזערע אבות אין די נביאים, 2 האט ער אין די דאזיקע לעצטע טעג גערעדט צו אונדז אינם זון, וועמען ער האט באשטימט פאר א יורש פון אלעם, דורך וועמען ער האט אויך באשאפן די וועלטן, 3 וועלכער, זייענדיק די אפשפיגלונג פון זיין הערלעכקייט און דאס אויסדריקלעכע געשטאלט פון זיין מהות, און האלט אויף אלץ מיט דעם ווארט פון זיין מאכט, ווען ער האט געמאכט א רייניקונג פון אונדזערע זינד דורך זיך אליין, האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער *זייט פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הויכקייטן; 4 ווערנדיק אויף אזויפיל דערהויבענער פון די מלאכים אויף וויפל דער נאמען, וועלכן ער האט געירשנט, איז חשובער פון זיי. 5 ווארום צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:דו ביסט מיין זון, איך האב דיך היינט געבוירן?
(תהלים ב, ז.)
און ווידער:
איך וועל זיין צו אים א פאטער,
און ער וועט זיין צו מיר א זון?
(שמואל ב ז, יד.)
6 און ווידער, ווען ער ברענגט אריין דעם בכור אין דער וועלט, זאגט ער:
און זאלן זיך צו אים בוקן אלע מלאכים פון ה׳.
(תהלים צז, ז.)
7 און בנוגע די מלאכים זאגט ער:
ער מאכט זיינע מלאכים ווינטן
און זיינע משרתים—א פלאם פייער;
(תהלים קד, ד.)
8 אבער אין באצוג אויף דעם זון:
דיין טראן, אָ ג‑ט, איז פון אייביקייט ביז אייביקייט, און א סצעפטער פון יושר איז דער סצעפטער פון דיין קעניגרייך. 9 דו האסט ליב געהאט גערעכטיקייט און געהאסט רשעות, צוליב דעם האט דיך ג‑ט דיין ג‑ט געזאלבט מיטן אייל פון פרייד איבער דיינע חברים.
(תהלים מה, ז, ח.)
10 און
דו, האר, האסט אין אנהויב געגרונטפעסטיקט די ערד, און די הימלען זענען די ווערק פון דיינע הענט; 11 זיי וועלן פארלוירן ווערן, אבער דו בלייבסט; און אלע וועלן אלט ווערן, ווי א קלייד, 12 און ווי א מאנטל וועסטו זיי איינוויקלען און זיי וועלן פארוואנדלט ווערן, אבער דו ביסט (אלעמאל) דער זעלביקער, און דיינע יארן וועלן ער נישט אויפהערן.
(תהלים קב, כו-כח.)
13 אבער צו וועמען פון די מלאכים האט ער ווען נישט איז געזאגט:
זיץ אויף מיין רעכטער *זייט,
ביז איך וועל אנידערלייגן דיינע פיינט
פאר א פוסבענקעלע צו דיינע פיס?
(תהלים קי, א.)
14 צי זענען זיי דען נישט אלע רוחות משרתים, וואס ווערן געשיקט צו דינען די, וועלכע וועלן ירשענען די גאולה?