קאפיטל צוויי
‏1 צוליב דעם מוזן מיר לייגן מער אכט אויף די זאכן, וואס מיר האבן געהערט, טאמער וועלן מיר אפפאלן. ‏2 ווארום אויב דאס ווארט, וואס איז גערעדט געווארן דורך מלאכים, איז געווען פעסט, און יעדע עבירה און ווידערשפעניקייט האט באקומען א גערעכטע פארגעלטונג, ‏3 וויאזוי זשע וועלן מיר אנטרינען (א שטראף) פארנאכלעסיקנדיק אזא גרויסע ישועה? וועלכע איז מתחילת אנגעזאגט געווארן דורך דעם האר און באשטעטיקט געווארן צו אונדז דורך די, וואס האבן אים געהערט, ‏4 בשעת ה׳ האט דערויף מעיד געווען מיט אותות און מופתים און מיט פארשיידענע גבורות און מתנות פון רוח הקודש, וואס ער האט אויסגעטיילט לויט זיין רצון. ‏5 ווארום די צוקונפטיקע וועלט, פון וועלכער מיר רעדן, האט ער נישט אונטערטעניק געמאכט אונטער מלאכים. ‏6 נאר עמיצער האט אין א געוויסער שטעלע עדות געזאגט, אזוי צו זאגן:
וואס איז א מענטש, אז דו זאלסט אים געדענקען? אדער דער זון פון א מענטש, אז דו זאלסט אכטונג געבן אויף אים? ‏7 דו האסט אים אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים, מיט כבוד און הערלעכקייט אים געקריינט, ‏8 און אים געשטעלט איבער די מעשים פון דיינע הענט: אלץ האסטו אונטערטעניק געמאכט אונטער זיינע פיס.
(תהלים ח, ה-ז.)
ווארום אונטערטעניקנדיק אלץ צו אים, האט ער נישט איבערגעלאזט קיין זאך, וואס איז אים נישט אונטערטעניק. נאר איצט זען מיר נאך נישט אלץ אונטערטעניק צו אים. ‏9 מיר זען אבער יהושען/ישוען*, אים, וואס איז אביסל קלענער געמאכט פון מלאכים דורך די יסורים פון טויט, געקריינט מיט כבוד און הערלעכקייט, אז ער זאל, דורך ה׳ס חסד, טועם זיין דעם טויט פאר יעדן (מענטשן). ‏10 ווייל עס איז געווען פאסנד פאר אים, פאר וועמען אלץ איז און דורך וועמען אלץ איז, פירנדיק א סך זין צו הערלעכקייט, שלמותדיק צו מאכן דורך ליידן דעם גרינדער פון זייער ישועה. ‏11 ווארום דער, וואס מאכט הייליק און די, וואס ווערן געהייליקט, זענען אלע פון איינעם; צוליב וועלכער סיבה ער שעמט זיך נישט זיי צו רופן ברידער, ‏12 זאגנדיק:
איך וועל דערציילן דיין נאמען צו מיינע ברידער,
אין מיטן דער עדה וועל איך צו דיר זינגען.
(תהלים כב, כג.)
‏13 און ווידער:
איך וועל האפן צו אים.
(ישעיהו ח, יז.)
און ווידער:
אָט בין איך און די קינדער,
וואס ה׳ האט מיר געגעבן.
(ישעיהו ח, יח.)
‏14 דעריבער, אזוי ווי די קינדער נעמען אן אנטייל אין פלייש און בלוט, האט ער אויך ענלעך אנטייל גענומען אין זיי, כדי דורך דעם טויט זאל ער צונישט מאכן דעם, וואס האט די מאכט פון טויט, דאס הייסט דעם שׂטן, ‏15 און באפרייען די דאזיקע, וועלכע זענען דורך דער מורא פארן טויט געווען אונטערגעווארפן צו קנעכטשאפט אלע טעג פון זייער לעבן. ‏16 ווארום ער נעמט זיך באמת נישט אָן פאר קיין מלאכים, נאר פאר אברהמס זאמען נעמט ער זיך יא אָן. ‏17 צוליב וועלכן ער האט געמוזט אין אלעם ענלעך ווערן צו זיינע ברידער, כדי ער זאל ווערן רחמנותדיק און א געטרייער כהן גדול אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, מכפר צו זיין פאר די זינד פונם פאלק. ‏18 ווייל דערמיט, וואס ער אליין האט געליטן, זייענדיק אין א נסיון, קען ער העלפן די, וואס געפינען זיך אין א נסיון.