קאפיטל דריי
‏1 דעריבער, הייליקע ברידער, חברים אינם הימלישן רוף, טראכט איבער דעם שליח און כהן גדול פון אונדזער אמונה, יהושען/ישוען*, ‏2 וואס איז געווען געטריי צו אים, וועלכער האט אים באשטימט, פונקט ווי אויך משה אין זיין גאנץ הויז. ‏3 ווארום ער איז ראוי געווען אויף מער כבוד ווי משה, פונקט ווי דער, וואס האט געבויט א הויז, האט מער כבוד ווי דאס הויז אליין. ‏4 ווארום יעדעס הויז איז פון עמיצן געבויט געווארן, אבער דער, וואס האט אלץ געבויט איז ה׳. ‏5 און משה איז טאקע געווען געטריי אין זיין גאנץ הויז ווי א דינער, פאר אן עדות פון די זאכן, וואס האבן געזאלט גערעדט ווערן; ‏6 אבער משיח, ווי א זון איבער זיין הויז; וועמעס הויז מיר זענען, אויב מיר וועלן האלטן פעסט דעם בטחון און דעם רום פון דער האפנונג ביז צום סוף. ‏7 דעריבער, אזוי ווי דער רוח הקודש זאגט:
היינט, אויב איר וועט הערן זיין קול,
‏8 זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה,
אין דעם טאג פון אויספרואוון אין דער מדבר,
‏9 וואו אייערע אבות האבן מיך אויסגעפרואווט מיט נסיונות
און געזען מיינע מעשים פערציק יאר לאנג.
‏10 דעריבער האב איך געצארנט אויף דעם דאזיקן דור,
און געזאגט: תמיד גייען זיי ארום מיט טועה אינם הארץ,
און האבן נישט געקענט מיינע וועגן;
‏11 אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן,
אז זיי זאלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה אריין.
(תהלים צה, ז-יא.)
‏12 גיט זשע אכטונג, ברידער, טאמער איז פאראן אין איינעם פון אייך א בייז און אומגלויביק הארץ, אפפאלן פון דעם לעבעדיקן ג‑ט; ‏13 נאר זייט מזהיר איינער דעם אנדערן יעדן טאג כל זמן עס הייסט נאך היום (היינט), כדי קיין איינער פון אייך זאל נישט פארהארטעוועט ווערן דורך דער פארפירערישקייט פון דער זינד; ‏14 ווארום מיר זענען געווארן אנטיילנעמער אין דעם משיח, ווען מיר האלטן פעסט דעם אנהויב פון דעם בטחון ביז צום סוף; ‏15 אזוי ווי עס איז געזאגט געווארן:
היינט אויב איר וועט הערן זיין קול,
זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער ווי אין מריבה.
‏16 ווארום ווער זענען די, וואס האבן געהערט און האבן געקריגט? צי דען נישט אלע, וואס זענען ארויסגעגאנגען פון מצרים דורך משהן? ‏17 און קעגן וועמען האט ער געצארנט פערציק יאר לאנג? צי דען נישט קעגן די, וואס האבן געזינדיקט, וועמעס פגרים זענען געפאלן אין דער מדבר? ‏18 און צו וועמען האט ער געשוואוירן, אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין זיין מנוחה, אויב נישט צו די ווידערשפעניקע? ‏19 און מיר זען, אז צוליב אומגלויבן האבן זיי נישט געקענט אריינקומען.