קאפיטל פיר
‏1 לאמיר דעריבער זיך פארכטן, טאמער, בשעת עס בלייבט פאר אונדז א הבטחה, אריינצוקומען אין זיין מנוחה, ווייזט זיך ארויס, אז עמיצער פון אייך בלייבט הינטערשטעליק. ‏2 ווארום אויך אונדז, פונקט ווי צו יענע, איז א בשורה טובה אנגעזאגט געווארן; נאר דאס געהערטע ווארט האט זיי גארנישט גענוצט, ווייל עס איז נישט געווען פארבונדן מיט אמונה ביי די צוהערער. ‏3 ווארום מיר, די מאמינים, קומען אריין אין דער מנוחה, ווי ער האט געזאגט:
אזוי האב איך געשוואוירן אין מיין צארן,
אז זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה;
הגם די מעשים זענען געווען פארענדיקט פונם אנהויב פון דער וועלט. ‏4 ווארום וועגן דעם זיבעטן טאג האט ער אין א געוויסער שטעלע אזוי געזאגט:
און דעם זיבעטן טאג האט ה׳ גערוט
פון אלע זיינע ווערק;
(בראשית ב, ב.)
‏5 און אין דער דאזיקער שטעלע ווידער:
זיי וועלן נישט אריינקומען אין מיין מנוחה.
‏6 דעריבער, אזוי ווי עס איז געבליבן פאר אייניקע אריינצוקומען אין דער מנוחה, און די, צו וועמען די בשורה טובה איז צום ערשט אנגעזאגט געווארן, זענען נישט אריינגעקומען דורך אומגלויבן, ‏7 האט ער ווידער באשטימט א טאג, א היום (ציטירן ניטציטירן), זאגנדיק דורך דודן נאך א לאנגער צייט; לויט ווי עס איז פריער געזאגט געווארן:
היינט אויב איר וועט הערן זיין קול,
זאלט איר נישט הארט מאכן אייערע הערצער.
‏8 ווארום אויב יהושע וואלט זיי געהאט פארשאפט מנוחה, וואלט ער שפעטער נישט גערעדט פון אן אנדערן טאג. ‏9 אזוי ארום בלייבט נאך א מנוחת שבת פאר ה׳ס פאלק. ‏10 ווארום דער, וואס איז אריינגעקומען אין זיין מנוחה, האט אויך גערוט פון זיינע ווערק, ווי ה׳ פון זיינע.
‏11 לאמיר זשע זיך פלייסן אריינצוקומען אין יענער מנוחה, כדי קיינער זאל נישט פאלן לויט דעם זעלביקן ביישפיל פון ווידערשפעניקייט. ‏12 ווארום ה׳ס ווארט איז לעבעדיק און ענערגיש און שארפער ווי יעדע צוויישארפיקע שווערד און דרינגט אדורך ביז צום אפשיידן פון נפש און גייסט, מארך און ביין, און מישפטן די מחשבות און צילן פון דעם הארצן. ‏13 און פאר אים איז נישט פאראן קיין באהאלטענע באשעפעניש, נאר אלץ איז בולט און אויפגעדעקט פאר זיינע אויגן, פאר וועמען מיר וועלן אפגעבן דין וחשבון.
‏14 דעריבער, האבנדיק א דערהויבענעם כהן גדול, וואס איז אדורכגעגאנגען די הימלען, יהושען/ישוען* דעם זון פון דער אויבערשטער, לאמיר האלטן פעסט אונדזער אני‑מאמין. ‏15 ווארום מיר האבן נישט קיין כהן גדול, וואס קען נישט מיטפילן מיט אונדזערע שוואכקייטן, נאר וואס איז אין אלעם אויף אן ענלעכן אופן אויסגעפרואווט געווארן, דאך אָן א חטא. ‏16 לאמיר זשע קומען מיט א פתחון‑פה צום טראן פון חסד, כדי מיר זאלן דערלאנגען רחמים און געפינען חסד אלס א הילף אין דער ריכטיקער צייט.