קאפיטל פינף
‏1 ווארום יעדער כהן גדול, וואס איז גענומען פון מענטשן, איז באשטימט פאר מענטשן אין די זאכן, וואס האבן א שייכות צו ה׳, כדי מקריב צו זיין מנחות און זבחים פאר זינד; ‏2 קען מיטפילן מיט די אומוויסנדע און בלאנדזשענדיקע, ווייל אויך ער איז ארומגערינגלט מיט שוואכקייט; ‏3 און צוליב דעם מוז ער, פונקט ווי פאר דעם פאלק, אזוי אויך פאר זיך אליין מקריב זיין פאר זינד. ‏4 און קיינער נעמט נישט פאר זיך דעם דאזיקן כבוד, נאר דער, וואס איז בארופן פון ה׳, פונקט ווי אויך עס איז אויך געווען דער פאל מיט אהרנען. ‏5 אזוי האט דער משיח זיך אויך אליין נישט פארהערלעכט, צו ווערן א כהן גדול, נאר ער, וואס האט צו אים געזאגט:
דו ביסט מיין זון,
איך האב דיך היינט געבוירן;
(תהלים ב, ז.)
‏6 ווי ער זאגט אויך אויף אן אנדער שטעלע:
דו ביסט א כהן אויף אייביק
לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.
(תהלים קי, ד.)
‏7 וועלכער, אין די טעג פון זיין פלייש, האט מקריב געווען תפילות און תחנונים מיט גרויס געשריי און מיט טרערן צו אים, וואס האט אים געקענט מציל זיין פון טויט און איז דערהערט געווארן צוליב זיין ג‑טספארכטיקייט. ‏8 און הגם ער איז געווען א זון, האט ער דאך געלערנט געהארכזאמקייט דורך די זאכן, וועלכע ער האט געליטן; ‏9 און ווערנדיק שלמותדיק, איז ער געווארן די סיבה פון אן אייביקער ישועה צו די אלע, וואס געהארכן אים; ‏10 ווערנדיק אנגערופן פון ה׳ כהן גדול לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק.
‏11 וועגן וועמען מיר האבן א סך צו זאגן און וואס איז שווער צו דערקלערן, ווייל איר זענט געווארן פויל צו הערן. ‏12 ווארום נאך דער צייט האט איר שוין באדארפן זיין מלמדים, נויטיקט איר זיך גאר, אז מען זאל אייך ווידער לערנען וואס עס זענען די יסודותדיקע כללים פון דעם אנהויב פון ה׳ס אנטפלעקונגען, און זענט געווארן אזעלכע, וואס נויטיקן זיך אין מילך, נישט אין שטארקע מאכלים. ‏13 ווארום יעדער, וואס דערנערט זיך פון מילך איז אומדערפארן וואס שייך דעם ווארט פון צדקות; ווארום ער איז א זויגנדיק קינד. ‏14 שטארקע מאכלים אבער זענען פאר דערוואקסענע, וועלכע האבן דורך געברויך אויסגעאיבטע חושים, אונטערצושיידן צווישן גוטס און שלעכטס.