קאפיטל זעקס
‏1 דערפאר, איבערלאזנדיק דעם אנהויב פון משיחס ווארט, לאמיר זיך דערנענטערן צו שלימות, נישט לייגנדיק נאכאמאל דעם יסוד פון תשובה פון טויטע מעשים און פון אמונה אין ה׳, ‏2 פון דער לערנונג פון דער הלכות פון דער מקווה, פון סמיכת ידים, תחית המתים און פון אייביקן משפט. ‏3 און דאס דאזיקע וועלן מיר טאן, אם ירצה ה׳. ‏4 ווארום עס איז אוממעגלעך פאר די, וואס זענען איינמאל אויפגעקלערט געווארן און האבן טועם געווען פון דער הימלישער מתנה, און זענען געווארן אנטיילנעמער אינם רוח הקודש, ‏5 און האבן טועם געווען דאס גוטע ווארט פון ה׳, און די כוחות פון דער קומענדיקער וועלט, ‏6 און זענען אפגעפאלן, זיי ווידער צו באנייען צו תשובה, ווייל זיי אויפהענגען אויף דער בוים אויפסניי צו זיך אליין דעם זון פון דער אויבערשטער און מאכן אים צו שאנד בפרהסיא. ‏7 ווארום די ערד, וועלכע טרינקט דעם רעגן, וואס קומט אפט אויף איר און גיט ארויס גרינצייג, וואס איז גוט פאר די, וועלכע באארבעטן זי, באקומט א ברכה פון ה׳; ‏8 אבער אויב זי גיט ארויס דערנער און שטעכלקעס, איז זי פארשטויסן און נאנט צו א קללה; איר סוף איז פארברענט צו ווערן.
‏9 מיר אבער זענען זיכער, געליבטע, וועגן בעסערס ביי אייך און וואס איז באגלייטן צו ישועה, הגם מיר רעדן אזוי; ‏10 ווארום ה׳ איז נישט אומגערעכט צו פארגעסן אייערע מעשים און די ליבע, וועלכע איר האט ארויסגעוויזן צו זיין נאמען דערמיט, וואס איר האט באדינט די קדושים און באדינט זיי נאך. ‏11 נאר מיר באגערן, אז יעדער איינער פון אייך זאל ארויסווייזן די זעלביקע אייפריקייט צו דער דערפילונג פון דער האפנונג ביז צום סוף; ‏12 כדי איר זאלט נישט ווערן שטומפיק, נאר זיין נאכפאלגער פון די, וואס דורך אמונה און סבלנות זענען געווארן יורשים פון די הבטחות.
‏13 ווארום ווען ה׳ האט געמאכט די הבטחה צו אברהמען, אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין גרעסערן, ביי וועמען צו שווערן, האט ער געשוואוירן ביי זיך אליין, ‏14 און געזאגט:
בענטשנדיק, וועל איך דיך בענטשן
און פארמערנדיק, וועל איך דיך פארמערן.
(בראשית כב, יז.)
‏15 און אזוי, אויסהאלטנדיק געדולדיק, האט ער דערגרייכט די הבטחה. ‏16 ווארום מענטשן שווערן ביי א גרעסערן, און די שבועה, ווי א באשטעטיקונג, איז ביי זיי דער סוף אין יעדן סכסוך. ‏17 און ה׳, ווילנדיק נאכמער ארויסווייזן צו די יורשים פון דער הבטחה, די נישטפארענדערלעכקייט פון זיין עצה, האט צוגעלייגט דערצו א שבועה, ‏18 כדי דורך צוויי אומפארענדערלעכע זאכן, אין וועלכע עס איז אוממעגלעך פאר ה׳ צו לייקענען, זאלן מיר האבן א שטארקע טרייסט, מיר, וואס זענען אנטרונען, כדי אנצונעמען די האפנונג, וואס איז געלייגט געווארן פאר אונדזערטוועגן ‏19 וועלכע איז ווי א פעסטער און זיכערער אנקער פאר אונדזער נשמה און וואס גייט אריין אינעווייניק פונם פרוכת; ‏20 וואואהין יהושע/ישוע*, אלס איינער וואס לויפט פארויס, איז פאר אונדזערטוועגן אריינגעגאנגען, ווערנדיק א כהן גדול אויף אייביק לויט דער ארדנונג פון מלכי‑צדק. (תהלים קי, ד.)