קאפיטל צוויי
‏1 ברידער מיינע, נישט מיט נושא־פנים־זיין זאלט איר האלטן די אמונה פון אונדזער האר יהושע/ישוע* המשיח, דעם האר פון הערלעכקייט. ‏2 ווארום ווען עס קומט אריין אין אייער שול א מאן מיט גאלדענע רינגען, פיינע מלבושים, און עס קומט אויך אריין אן ארעמאן אין פארבלאטיקטע קליידער; ‏3 און איר קוקט זיך אום אויף דעם, וועלכער טראגט די פיינע מלבושים, און זאגט: זעץ דיך דא אנידער אויף דעם בעסטן ארט; און דעם אביון זאגט איר: דו שטיי דארטן, אדער זעץ דיך אנידער אונטן אויף מיין פוסבענקל; ‏4 צי מאכט איר דען נישט קיין אונטערשייד צווישן אייך אליין, און ווערט שופטים מיט בייזע מחשבות? ‏5 הערט זיך צו, געליבטע ברידער מיינע, צי האט דען ה׳ נישט אויסדערוויילט די אביונים אין דער וועלט, אז זיי זאלן זיין עשירים אין אמונה און יורשים פון דעם מלכות, וואס ער האט צוגעזאגט די, וואס האבן אים ליב! ‏6 איר אבער האט פארשעמט דעם ארעמאן. די רייכע לייט, צי דריקן זיי דען אייך נישט אונטער, און זיי אליין, צי שלעפן זיי אייך דען נישט צום בית דין? ‏7 צי לעסטערן זיי דען נישט אליין דעם גוטן נאמען, וואס איז גערופן געווארן איבער אייך? ‏8 דאך אויב איר זענט מקיים דאס קעניגלעכע געזעץ לויט דעם פסוק: דו זאלסט ליב האבן דיין חבר ווי דיך אליין, (ויקרא יט, יח.) טוט איר וואויל; ‏9 אויב אבער איר זענט נושא פנים, טוט איר א זינד, און ווערט פארמשפט פון דער תורה, ווי פושעים. ‏10 ווארום ווער עס וועט האלטן די גאנצע תורה, וועט אבער שטרויכלען אין איין זאך, האט ער זיך פארשולדיקט אין אלעם. ‏11 ווארום דער, וועלכער האט געזאגט: לא תנאף (זאלסט נישט נואפן) האט אויך געזאגט: לא תרצח (זאלסט נישט מארדן); ווען אבער דו נואפסט נישט, באגייסט אבער א מארד, ביסטו געווארן א פושע אין דער תורה. (שמות כ, יג-יד.) ‏12 רעדט אזוי, און טוט אזוי, ווי (מענטשן, וואס) דארפן געמשפט ווערן דורך דער תורה פון פרייהייט. ‏13 ווארום דאס משפט איז אומרחמנותדיק אויף דעם, וועלכער האט נישט ארויסגעוויזן קיין רחמנות; בארעמהארציקייט טריאומפירט איבער דעם משפט.
‏14 וואס נוצט עס, ברידער מיינע, ווען איינער זאגט, ער האט אמונה, נאר קיין מעשים האט ער נישט? צי קען אים דען די (ציטירן ניטציטירן) אמונה העלפן? ‏15 אויב א ברודער אדער א שוועסטער זענען נאקעט, און עס פעלט זיי די טאג טעגלעכע שפייז, ‏16 און עמיצער פון אייך זאגט צו זיי: גייט אייך לשלום, ווארעמט זיך אָן און זעטיקט זיך; איר גיט זיי אבער נישט דאס נויטווענדיקע פארן גוף, וואס נוצט עס? ‏17 אויך אזוי די אמונה, אויב זי האט נישט קיין מעשים, איז זי טויט פאר זיך אליין. ‏18 נאר עמיצער וועט זאגן: דו האסט אמונה, און איך האב מעשים? ווייז מיר דיין אמונה אָן די מעשים, און איך וועל דיר ווייזן מיין אמונה דורך די מעשים. ‏19 גלויבסט, אז עס איז פאראן איין ג‑ט? דו טוסט וואויל! אפילו די טייוולאנים גלויבן עס און ציטערן. ‏20 דו ווילסט אבער וויסן, אָ פוסטער מענטש, אז גלויבן אָן מעשים איז טויט? ‏21 צי איז דען נישט אברהם אבינו גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, מקריב זייענדיק יצחקן זיין זון אויף דער עקידה? ‏22 זעסט, אז די אמונה האט מיטגעווירקט מיט זיינע מעשים, און דורך די מעשים איז די אמונה געווארן שלמותדיק; ‏23 און עס איז דערפילט געווארן דער פסוק, וואס זאגט: און אברהם האט געגלויבט ה׳, און עס איז אים פאררעכנט געווארן צו גערעכטיקייט; (בראשית טו, ו.) און ער איז גערופן געווארן א פריינד פון ג‑ט. (ישעיהו מא, ח.) ‏24 איר זעט, אז א מענטש ווערט גערעכטפערטיקט דורך מעשים, און נישט דורך אמונה אליין. ‏25 און אויף אן ענלעכן אופן איז דען רחב הזונה נישט גערעכטפערטיקט געווארן דורך מעשים, ווען זי האט אויפגענומען די מרגלים און זיי אוועקגעשיקט אויף אן אנדערן וועג? (יהושע ו, כה.) ‏26 ווארום פונקט ווי א גוף אָן א נשמה איז טויט, אויך אזוי איז די אמונה אָן מעשים טויט.