קאפיטל דריי
‏1 זאלן נישט פיל פון אייך ווערן רבנים, ברידער מיינע, וויסנדיק, אז מיר וועלן באקומען א הארבער משפט. ‏2 ווארום אין א סך זאכן שטרויכלען מיר אלע. אויב עמיצער שטרויכלט נישט אין קיין ווארט, איז ער א שלמותדיקער מענטש, בכח צו האלטן אפילו דעם גאנצן גוף אין דער צוים. ‏3 און אויב מיר לייגן אריין ציימלעך אין די מיילער פון די פערד, כדי זיי צו מאכן געהארכזאם צו אונדז, פירן מיר אויך דעם גאנצן קערפער זייערן. ‏4 אָט אויך די שיפן, הגם זיי זענען אזוי גרויס און ווערן געטריבן פון שטארקע ווינטן, ווערן דאך געלענקט פון דעם קלענסטן רודער, וואואהין דער שטייערמאן וויל. ‏5 פונקט אזוי איז אויך די צונג א קליין אבר, און בארימט זיך מיט גרויסע זאכן. זע, וואס פאר א גרויסן וואלד א קליין פייערל קען אנצינדן! ‏6 אויך די צונג איז א פייער; ווי א וועלט פון אומגערעכטיקייט שטייט זי צווישן אונדזערע אברים, זי באפלעקט דעם גאנצן קערפער און צינדט אָן דעם לויף פון לעבן און ווערט (אליין) אנגעצונדן פונם גיהנום. ‏7 ווארום יעדן מין חיות און עופות, שרצים און באשעפענישן אין ים, איז דער מענטשלעכער מין געצאמט און האט געצאמט געווען; ‏8 די צונג אבער קען קיין מענטש נישט באצווינגען; אן אומרואיק שלעכטס, פול אנגעפילט מיט דעם סם המות. ‏9 מיט איר לויבן מיר דעם האר (ג‑ט) און פאטער; און מיט איר פלוכן מיר די מענטשן, וועלכע זענען באשאפן געווארן אין ה׳ס געשטאלט. ‏10 פון דעם זעלביקן מויל קומט ארויס א ברכה און א קללה. ברידער מיינע, אזוי דארף עס נישט זיין. ‏11 צי שפרודלט דען דער קוואל פון דער זעלביקער עפענונג דאס זיסע (וואסער) און דאס ביטערע? ‏12 צי קען דען, ברידער מיינע, א פייגנבוים ברענגען איילבערטן, אדער א וויינשטאק פייגן? אויך קען א געזאלצענער (קוואל) נישט געבן קיין זיס וואסער.
‏13 ווער איז א חכם און א פארשטאנדיקער צווישן אייך? זאל ער ארויסווייזן זיינע מעשים דורך זיין גוטער פירונג מיט עניוותדיקייט פון חכמה. ‏14 אויב אבער איר האט ביטערע קנאה און צאנקעריי אין אייער הארץ, זאלט איר זיך נישט בארימען, און נישט זאגן ליגנט קעגן דעם אמת. ‏15 די דאזיקע חכמה קומט נישט אראפ פון אויבן, נאר איז ערדיש, גשמיותדיק, טייוולאניש. ‏16 ווארום וואו עס איז פאראן קנאה און צאנקעריי, דארטן איז מהומה און אלדאס בייז. ‏17 די חכמה אבער, וואס איז פון אויבן, איז קודם כל לויטער, דאן פרידלעך, באשיידן, נאכגעביק, פול מיט רחמים און גוטע פירות, אומפארטייאיש, נישט צבועקיש. ‏18 און די פרוכט פון גערעכטיקייט ווערט געזייעט אין שלום פאר די, וואס מאכן שלום.