קאפיטל אכט
‏1 נו, דאס איז דער סך הכל פון דעם געזאגטן: מיר האבן אזא כהן גדול, וועלכער האט זיך אנידערגעזעצט אויף דער רעכטער *זייט פון כסא הכבוד פון דער (ג‑טלעכער) מאיעסטעט אין די הימלען, ‏2 א דינער פונם מקדש און פון דעם אמתן משכן, וואס דער האר (ג‑ט) האט געבויט און נישט קיין מענטש. ‏3 ווארום יעדער כהן גדול איז באשטימט מקריב צו זיין מנחות און קרבנות; דערפאר איז נויטווענדיק, אז אויך ער זאל האבן וואס מקריב צו זיין. ‏4 דעריבער, אויב ער וואלט געווען אויף דער ערד, וואלט ער גארנישט געווען קיין כהן, ווייל עס זענען דאך פאראן אזעלכע, וואס זענען מקריב מנחות לויט דער תורה; ‏5 וועלכע דינען צו א סקיצע און א שאטן פון הימלישע זאכן, לויט ווי משה איז באפוילן געווארן, ווען ער האט געזאלט פארענדיקן דאס משכן; ווארום ער האט צו אים געזאגט: זע, דו זאלסט אלץ מאכן לויט דעם מוסטער, וואס איז דיר געוויזן געווארן אויפן בארג. ‏6 אבער איצט האט ער דערגרייכט א בעסערע עבודה אויף אזויפיל, אויף וויפל אויך דער ברית, פון וועלכן ער איז דער פארמיטלער, איז גרעסער, וועלכער איז פעסטגעזעצט אויף גרעסערע הבטחות. ‏7 ווארום אויב יענער ערשטער (בונד) וואלט געווען אָן א פגם, וואלט נישט געזוכט געווארן קיין ארט פאר א צווייטן. ‏8 ווייל ווען מאכנדיק פארוואורפן צו זיי, זאגט ער:
אָט קומען טעג, זאגט דער האר (ג‑ט)
און איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל
און בית יהודה א נייעם בונד,
‏9 נישט לויט דעם בונד, וועלכן איך האב געמאכט
מיט זייערע אבות אינם טאג,
ווען איך האב זיי אנגענומען ביי דער האנט
זיי ארויסצופירן פון מצרים,
ווייל זיי זענען נישט פארבלייבן אין מיין בונד
און איך האב זיי פארווארפן, זאגט דער האר (ג‑ט).
‏10 ווארום דאס איז דער בונד,
וואס איך וועל מאכן מיט דעם בית ישראל נאך יענע טעג,
זאגט דער האר (ג‑ט):
איך וועל געבן מיינע געזעצן אין זייער פארשטאנד,
און אויף זייער הארץ וועל איך זיי שרייבן;
און וועל זיין זייער ג‑ט, און זיי וועלן זיין מיין פאלק.
‏11 און וועלן מער נישט לערנען יעדער איינער זיין חבר,
און יעדער איינער דעם ברודער זיינעם, אזוי צו זאגן:
דערקען דעם האר (ג‑ט), ווייל אלע וועלן מיך קענען,
פון דעם קלענסטן ביז צום גרעסטן פון זיי;
‏12 ווייל איך וועל זיין רחמנותדיק אויף זייערע אומגערעכטיקייטן,
און זייערע זינד וועל איך מער נישט געדענקען.
(ירמיהו לא, ל-לג.)
‏13 און דערמיט, וואס ער זאגט א נייעם (ציטירן ניטציטירן), האט ער אלט געמאכט דעם ערשטן (בונד, ברית); דאס אלטע און פארעלטערטע אבער איז נאנט פארשווונדן צו ווערן.