קאפיטל צוועלף
‏1 דערווייל האט זיך פארזאמלט א המון פון טויזנטער מענטשן, אזוי אז זיי האבן זיך געטרעטן איינס דאס אנדערע, האט ער אנגעהויבן צום ערשט צו זאגן צו זיינע תלמידים: היט זיך פאר דעם זויערטייג פון די פרושים, וועלכעס איז צביעות. ‏2 און עס איז נישטא קיין באהאלטענע זאך, וואס וועט נישט אנטפלעקט ווערן, און קיין פארבארגענע זאך, וואס וועט נישט באקאנט געמאכט ווערן. ‏3 דערפאר, אלץ וואס איר האט גערעדט אין דער פינסטערניש, וועט געהערט ווערן אין דער ליכטיקייט; און וואס איר האט געזאגט אויפן אויער בחדרי חדרים, דאס וועט אויסגערופן ווערן אויף די דעכער. ‏4 איך זאג אייך אבער, מיינע פריינד: האט נישט קיין מורא פאר די, וואס טייטן דעם גוף און נאך דעם זענען נישט ביכולת עפעס מער צו טאן. ‏5 איך וועל אייך אבער ווייזן פאר וועמען איר זאלט מורא האבן: האט מורא פאר אים, וואס נאכן טייטן, האט ער די מאכט אריינצואווארפן אין גיהנום אריין; יא, איך זאג אייך, פאר דעם דאזיקן זאלט איר מורא האבן! ‏6 צי פארקויפט מען דען נישט פינף פייגעלעך פאר צוויי איסרים? און קיין איינס פון זיי איז נישט פארגעסן פאר ה׳. ‏7 נאר אפילו די *האר פון אייער קאפ זענען אלע געציילט. האט נישט קיין מורא! איר זענט ווערט מער ווי א סך פייגעלעך. ‏8 איך זאג אייך אבער: יעדער איינער, וואס וועט זיך באקענען צו מיר פאר מענטשן, וועט אויך דער בר אנש זיך באקענען צו אים פאר די מלאכים פון ה׳; ‏9 דער אבער, וואס פארלייקנט מיך פאר מענטשן, וועט פארלייקנט ווערן פאר די מלאכים פון ה׳. ‏10 און יעדער איינער, וואס וועט זאגן א ווארט אנטקעגן דעם בר אנש וועט עס אים פארגעבן ווערן; ווער אבער עס לעסטערט דעם רוח הקודש, דעם וועט נישט פארגעבן ווערן. ‏11 און ווען מען פירט אייך פאר די שולן און פאר די פירשטן און פאר די געוועלטיקער, זאלט איר נישט זארגן, וויאזוי אדער מיט וואס איר זאלט זיך פארטיידיקן אדער וואס איר זאלט זאגן; ‏12 ווארום דער רוח הקודש וועט אייך לערנען אין דער זעלביקער שעה, וואס איר דארפט זאגן.
‏13 און עמיצער אויס דעם המון מענטשן האט צו אים געזאגט: רבי, זאג דעם ברודער מיינעם, אז ער זאל זיך טיילן מיט מיר מיט דער ירושה! ‏14 ער אבער האט צו אים געזאגט: מענטש, ווער האט מיך באשטימט פאר א שופט אדער צעטיילער איבער אייך? ‏15 ער האט אבער צו זיי געזאגט: גיט אכטונג און היט זיך פאר יעדער געלטגייציקייט! ווייל דאס לעבן פון א מענטשן באשטייט נישט אין דער שפע פון זיין פארמעגן. ‏16 און האט זיי געזאגט א משל, אזוי צו זאגן: א געוויסן עושרס לאנד האט אריינגעברענגט א גוטן שניט; ‏17 און ער האט זיך מישב געווען, זאגנדיק: וואס זאל איך טאן, אז איך האב נישט וואו איינצוזאמלען מיינע פירות? ‏18 און האט געזאגט: דאס דאזיקע וועל איך טאן: איך וועל צעשטערן מיינע שפייכלערס און בויען גרעסערע און וועל דארטן איינזאמלען די גאנצע תבואה און די גיטער מיינע; ‏19 און איך וועל זאגן צו מיין זעל: נשמה מיינע, האסט א סך גוטע זאכן ליגן אויף פיל יארן; האב מנוחה, עס, טרינק און לאז דיר וואוילגיין! ‏20 ה׳ אבער האט צו אים געזאגט: דו *נאר, אין דער דאזיקער נאכט וועט דיין זעל פון דיר געפאדערט ווערן; און פאר וועמען וועט עס זיין, וואס דו האסט אנגעגרייט? ‏21 אָט אזוי גייט עס דעם, וואס זאמלט אוצרות פאר זיך און איז נישט רייך אין ה׳.
‏22 און ער האט געזאגט צו זיינע תלמידים: צוליב דעם זאג איך אייך: זארגט נישט פאר אייער לעבן, וואס איר וועט עסן; אויך נישט פאר אייער גוף, וואס איר וועט זיך אנקליידן. ‏23 ווארום דאס לעבן איז מער ווי די שפייז און דער קערפער—ווי דאס מלבוש. ‏24 באטראכט די ראבן! אז נישט זיי זייען, נישט זיי שניידן, זיי האבן נישט קיין קאמער, נישט קיין שייער, און ה׳ דערנערט זיי דאך; וויפל מער זענט איר ווערט ווי די פייגל? ‏25 און ווער פון אייך מיט זיין זארגן קען צולייגן אן *אייל צו זיין געוואוקס? ‏26 דעריבער, אויב איר זענט נישט אפילו בכוח צו טאן דאס קלענסטע, וואס זארגט איר זיך פאר די איבריקע זאכן? ‏27 באטראכט די ליליעס! ווי נישט זיי שפינען, נישט זיי וועבן; און איך זאג אייך, אפילו שלמה אין זיין גאנצער פראכט איז נישט געווען אנגעקליידט ווי איינע פון די דאזיקע. ‏28 און אויב ה׳ קליידט אזוי דאס גראז אויפן פעלד, וואס היינט איז עס און צומארגנס ווערט עס געווארפן אין אויוון אריין, וויפל מער אייך, איר קליינגלויביקע! ‏29 און פרעגט נישט נאך וואס איר וועט עסן און וואס איר וועט טרינקען און רעגט זיך נישט אויף. ‏30 ווארום צו די אלע זאכן שטרעבן די אומות העולם; אייער פאטער אבער ווייסט, אז איר דארפט די דאזיקע זאכן. ‏31 נאר זוכט זיין קעניגרייך און דאס וועט אייך צוגעגעבן ווערן. ‏32 האב נישט קיין מורא, דו קליינע סטאדע; ווייל עס איז וואוילגעפעלן דעם פאטער אייערן, אייך צו געבן דאס קעניגרייך! ‏33 פארקויפט אייער האב און גיט צדקה; מאכט זיך בייטלען, וואס ווערן נישט אלט; אן אוצר, וואס לאזט זיך נישט אויס, אין הימל, וואו קיין גנב דערנענטערט זיך נישט און קיין מילב צעשטערט אויך נישט. ‏34 ווארום וואו אייער אוצר איז, דארט וועט אויך אייער הארץ זיין.
‏35 זאלן אייערע לענדן זיין אנגעגורט און אייערע ליכט ברענען; ‏36 און זייט גלייך צו מענטשן, וואס ווארטן אויף זייער האר, ווען ער וועט זיך אומקערן פון דער חתונה, כדי ווען ער קומט און קלאפט אָן, זאלן זיי אים גלייך אויפעפענען. ‏37 וואויל איז יענע קנעכט, וועלכע ווען דער האר קומט געפינט ער זיי וואכנדיקע; באמת זאג איך אייך, ער וועט זיך ארומגארטלען און זיי אנידערזעצן צום טיש און צוגיין און זיי באדינען. ‏38 און אויב ער וועט קומען אינם צווייטן אדער דריטן משמר פון דער נאכט און וועט זיי אזוי געפינען, איז וואויל יענע קנעכט. ‏39 נאר דאס דאזיקע זאלט איר וויסן זיין, אז אויב דער בעל הבית וואלט געוואוסט אין וועלכער שעה דער גנב קומט, וואלט ער נישט דערלאזט מען זאל איינברעכן אין זיין הויז. ‏40 און איר זאלט זיין גרייט, ווייל דער בר אנש קומט אין א שעה, וואס איר שטעלט זיך נישט פאר.
‏41 און פעטרוס האט געזאגט: האר, צי זאגסטו דאס דאזיקע משל צו אונדז אדער אויך צו אלעמען? ‏42 און דער האר האט געזאגט: ווער זשע איז דער געטרייער און פארשטאנדיקער הויז פארוואלטער, וועלכען דער האר וועט באשטימען איבער זיין הויזגעזינד, אז ער זאל זיי געבן די מאס שפייז צו דער רעכטער צייט? ‏43 וואויל איז יענעם קנעכט, וואס ווען דער האר זיינער קומט, געפינט ער אים אזוי טאן. ‏44 באמת זאג איך אייך, אז ער וועט אים באשטימען איבער אלע זיינע גיטער. ‏45 אויב אבער יענער קנעכט וועט זאגן אין זיין הארצן: מיין האר זוימט זיך צו קומען; און וועט אנהויבן צו שלאגן די קנעכט און די דינסטן, אויך צו עסן און טרינקען און זיך אנצושכורן, ‏46 וועט דער האר פון יענעם קנעכט קומען אין א טאג, ווען ער דערווארט עס נישט און אין א שעה, וואס ער ווייסט נישט; און וועט אים צעשניידן אין צווייען און וועט לייגן זיין חלק מיט די ווידערשפעניקע. ‏47 יענער קנעכט אבער, וואס האט געוואוסט זיין הארס רצון און האט נישט צוגעגרייט, אדער געטאן לויט זיין ווילן, וועט ליידן א סך שלעק; ‏48 אבער דער, וואס האט נישט געוואוסט, און האט געטאן דאס, פאר וועלכן ער איז חייב שלעק, וועט ווייניק געשלאגן ווערן. און יעדען איינעם, וועמען א סך איז געגעבן געווארן, וועט א סך געפאדערט ווערן פון אים; און וועמען מען האט א סך אנפארטרויט, וועט מען מער פארלאנגען פון אים.
‏49 איך בין געקומען, צו ווארפן א פייער אויף דער ערד; און וואס וויל איך, אויב עס האט זיך שוין אנגעצונדן? ‏50 איך אבער האב א מקווה געטובלט צו ווערן, און ווי עס טוט מיר באנג, ביז זי וועט פארענדיקט ווערן! ‏51 איר מיינט, אז איך בין געקומען געבן שלום אויף דער ערד? ניין! איך זאג אייך, נאר פיל מער א מחלוקה; ‏52 ווארום פון איצט אָן וועלן זיין פינף אין איין הויז צעטיילט; דריי קעגן צוויי, און צוויי קעגן דריי. ‏53 עס וועלן זיין צעטיילט פאטער קעגן זון און זון קעגן פאטער; מוטער קעגן טאכטער און טאכטער קעגן דער מוטער; שוויגער קעגן איר שנור און שנור קעגן דער שוויגער.
‏54 און ער האט אויך געזאגט צו די המונים מענטשן: ווען איר זעט א וואלקן אויפגיין אין מערב, זאגט איר גלייך: עס קומט א רעגן; און אזוי געשעט עס. ‏55 און ווען עס בלאזט א דרום ווינט, זאגט איר; עס וועט זיין א היץ; און עס געשעט. ‏56 איר צבועקעס, דאס אויסזען פון דער ערד און פון דעם הימל ווייסט איר אויסצופארשן; און ווי איז עס וואס איר פארשט נישט די דאזיקע צייט? ‏57 און פארוואס משפט איר נישט פון זיך אליין, וואס איז גערעכט? ‏58 ווארום ווען דו גייסט* מיט דיין קעגנער פארן שר, גיב דיר די מי אויפן וועג, אז דו זאלסט פטור ווערן פון אים (מיט גוטנס); טאמער וועט ער דיך אוועקשלעפן צום שופט, און דער שופט וועט דיך איבערגעבן צום שוטר, און דער שוטר וועט דיך אריינווארפן אין תפיסה אריין. ‏59 איך זאג דיר, דו וועסט בשום אופן פון דארטן נישט ארויס, ביז דו וועסט נישט האבן באצאלט די לעצטע פרוטה!