די גוטע בשורה לויט יוחנן
1
אינם אנהויב איז געווען דאס ווארט, און דאס ווארט איז געווען ביי ה׳, און דאס ווארט איז געווען גארנישט ווייניקער ווי ג‑ט. ‏2 דאס דאזיקע איז געווען אין אנהויב ביי ה׳. ‏3 אלץ איז דורך אים באשאפן געווארן; און אחוץ דורך אים איז נישט באשאפן געווארן קיין זאך, וואס איז באשאפן געווארן. ‏4 אין אים איז געווען לעבן; און דאס לעבן איז געווען דאס ליכט פון די מענטשן. ‏5 און דאס ליכט שיינט אין דער פינסטערניש; און די פינסטערניש האט עס נישט גובר געווען.
‏6 עס איז געווען א מענטש, פון ה׳ געשיקט, זיין נאמען איז געווען יוחנן. ‏7 דער דאזיקער איז געקומען פאר אן עדות, כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט, אז אלע זאלן גלויבן דורך אים. ‏8 ער איז נישט געווען דאס ליכט, נאר (איז געקומען) כדי עדות צו זאגן וועגן דעם ליכט. ‏9 דאס איז געווען דאס אמתע ליכט, וואס באלייכט יעדן מענטשן, וועלכער קומט אין דער וועלט אריין. ‏10 ער איז געווען אין דער וועלט, און די וועלט איז דורך אים באשאפן געווארן, און די וועלט האט אים נישט געקענט. ‏11 צו זיין אייגנטום איז ער געקומען, און די זייניקע האבן אים נישט אויפגענומען. ‏12 וויפל אבער עס האבן אים יא אנגענומען, האט ער זיי געגעבן מאכט צו ווערן ה׳ס קינדער, צו די, וואס גלויבן אין זיין נאמען: ‏13 וועלכע זענען געבוירן געווארן נישט פון בלוט, נישט פון דעם ווילן פון דעם פלייש, אויך נישט פון דעם ווילן פון א מאן, נאר פון ה׳. ‏14 און דאס ווארט איז געווארן (פארקערפערן) בשר (ודם) און האט געוואוינט צווישן אונדז, און מיר האבן געזען זיין כבוד, א הערלעכקייט ווי פון א בן יחיד ביי זיין פאטער, פול מיט חסד און אמת. ‏15 יוחנן האט עדות געזאגט וועגן אים, און אויסגערופן, אזוי צו זאגן: ער איז עס, וועגן וועמען איך האב געזאגט: דער, וואס קומט נאך מיר, איז געווען פאר מיר, ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר. ‏16 און פון זיין פולקייט האבן מיר אלע באקומען, און (טאקע) חסד איבער חסד. ‏17 ווייל די תורה איז געגעבן געווארן דורך משהן, דער חסד און דער אמת זענען געקומען דורך יהושע/ישוע* המשיחן. ‏18 קיינער האט קיינמאל נישט געזען ה׳; (נאר) דער בן יחיד וועלכער איז אינם שויס פון דעם פאטער, האט (אים) באקאנט געמאכט.
‏19 און דאס דאזיקע איז יוחננס עדות זאגן, ווען די יידן פון ירושלים האבן געשיקט צו אים כהנים און לוויים, כדי אים צו פרעגן: ווער ביסטו? ‏20 און ער האט מודה געווען, און נישט געלייקנט; און האט מודה געווען: איך בין נישט דער משיח. ‏21 און זיי האבן אים געפרעגט: טאָ ווער דען? צי ביסטו אליהו? און ער זאגט: איך בין עס נישט. צי ביסטו דער נביא? און ער האט געענטפערט: ניין. ‏22 האבן זיי דעריבער געזאגט: ווער זשע ביסטו? כדי מיר זאלן געבן אן ענטפער צו די, וואס האבן אונדז געשיקט. וואס זאגסטו וועגן דיר אליין? ‏23 האט ער געזאגט: איך בין א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר: מאכט גלייך דעם וועג פון דעם האר, אזויווי ישעיה הנביא האט געזאגט. (ישעיהו מ, ג.) ‏24 און די שליחים זענען געווען פון די פרושים. ‏25 און זיי האבן אים געפרעגט, און געזאגט צו אים: טאָ פארוואס ביסטו טובל אין א מקווה, אויב דו ביסט נישט דער משיח, אויך נישט אליהו, און נישט דער נביא? ‏26 האט יוחנן זיי געענטפערט, אזוי צו זאגן: איך בין טובל מיט וואסער אין א מקווה: אין אייער מיט שטייט (איינער), וועמען איר קענט נישט, ‏27 דער, וואס קומט נאך מיר, וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיין שוך. ‏28 דאס איז געשען אין בית‑היני, אויף יענער *זייט ירדן, וואו יוחנן פלעגט טובל זיין אין דער מקווה.
‏29 צומארגנס זעט ער יהושען/ישוען* קומען צו אים, און זאגט: זע, ה׳ס לאם, וואס נעמט אוועק די זינד פון דער וועלט! (ישעיהו נג, ז.) ‏30 ער איז דאס, פון וועמען איך האב געזאגט: נאך מיר קומט א מאן, וועלכער איז געווען פאר מיר; ווייל ער איז געווען פארויס פאר מיר. ‏31 און איך האב אים נישט געקענט; נאר כדי ער זאל אנטפלעקט ווערן צו ישראל, דערפאר בין איך געקומען, טובל זייענדיק מיט וואסער אין דער מקווה. ‏32 און יוחנן האט עדות געזאגט, אזוי צו זאגן: איך האב געזען דעם גייסט אראפנידערן פון הימל ווי א טויב; און בלייבן אויף אים. ‏33 און איך האב אים נישט געקענט; נאר דער, וואס האט מיך געשיקט טובל צו זיין מיט וואסער אין א מקווה, האט צו מיר געזאגט: אויף וועמען דו וועסט זען דעם גייסט אראפשוועבן, און בלייבן אויף אים, דער דאזיקער איז עס, וועלכער איז טובל אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש. ‏34 און איך האב געזען, און האב עדות געזאגט, אז ער איז דער זון פון דער אויבערשטער.
‏35 צומארגנס איז יוחנן ווידער געשטאנען, און צוויי פון זיינע תלמידים; ‏36 און דערזעענדיק יהושען/ישוען* ווי ער איז פארבייגעגאנגען, האט ער געזאגט: זעט, דאס (איז) ה׳ס לאם! ‏37 און די צוויי תלמידים זיינע האבן אים געהערט רעדן, און האבן נאכגעפאלגט יהושען/ישוען*. ‏38 און אויסדרייענדיק זיך און זעענדיק זיי נאכפאלגען, האט יהושע/ישוע* צו זיי געזאגט: וואס באגערט איר? האבן זיי געזאגט צו אים: רבי (דאס הייסט, לערער) וואו וואוינסטו? ‏39 זאגט ער צו זיי: קומט און זעט. זענען זיי דעריבער געקומען און האבן געזען וואו ער האט געוואוינט; און זענען ביי אים פארבלייבן יענעם טאג. עס איז געווען ארום דער צענטער שעה. ‏40 איינער פון די צוויי, וואס האבן געהערט פון יוחנן און האבן אים נאכגעפאלגט, איז געווען אנדריי, דער ברודער פון שמעון פעטרוס. ‏41 דער דאזיקער געפינט צוערשט זיין אייגענעם ברודער שמעון און זאגט צו אים: מיר האבן געפונען דעם משיח, (דאס הייסט פארטייטשט, געזאלבטער). ‏42 ער האט אים געברענגט צו יהושען/ישוען*. יהושע/ישוע* האט א בליק געטאן אויף אים און געזאגט: דו ביסט שמעון בן יונה; דו זאלסט הייסן כיפא, (פארטייטשט אויף יידיש, פעלדזן).
‏43 צומארגנס האט ער געוואלט ארויסגיין קיין גליל, און געפינט פיליפוסן; און יהושע/ישוע* זאגט צו אים: פאלג מיר נאך. ‏44 און דער פיליפוס איז געווען פון בית‑צידה, פון דער שטאט פון אנדריי און פעטרוס. ‏45 פיליפוס געפינט נתנאלן און זאגט צו אים: אים, פון וועמען משה האט געשריבן אין דער תורה, און די נביאים, האבן מיר געפונען, יהושע/ישוע* בן יוסף פון נצרת. ‏46 און נתנאל האט צו אים געזאגט: פון נצרת קען דען זיין עפעס גוטס? זאגט פיליפוס צו אים: קום און זע. ‏47 יהושע/ישוע* האט געזען נתנאלן קומען צו אים, און זאגט וועגן אים: אָט איז אן אמתער ישראל, אין וועמען עס איז נישט פאראן קיין כיטרעקייט. ‏48 זאגט נתנאל צו אים: פונוואנען קענסטו מיך? האט יהושע/ישוע* געענטפערט און געזאגט צו אים: איידער נאך פיליפוס האט דיך גערופן, האב איך דיך געזען, בשעת דו ביסט נאך געווען אונטער דעם פייגנבוים. ‏49 האט נתנאל אים געענטפערט: רבי, דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער; דו ביסט דער מלך פון ישראל. ‏50 האט יהושע/ישוע* געענטפערט און געזאגט צו אים: ווייל איך האב דיר געזאגט, אז איך האב דיך געזען אונטער דעם פייגנבוים, גלויבסטו? גרעסערע זאכן ווי די דאזיקע וועסטו זען. ‏51 און זאגט צו אים: באמת, באמת זאג איך אייך: איר וועט זען דעם הימל אפן, און די מלאכים פון ה׳ ארויפגיין און אראפקומען אויף דעם בר אנש.