די גוטע בשורה לויט לוקאס
1
ווייל א סך האבן אונטערגענומען צוזאמענצושטעלן א געשיכטע פון די פאקטן, וואס זענען פארגעקומען צווישן אונדז, ‏2 אזוי ווי עס האבן זיי אונדז איבערגעגעבן די, וואס האבן זיי אליין געזען פון אנהויב אָן און זענען געווען דינער פונם ווארט, ‏3 איז עס מיר אויך וואוילגעפעלן, האבנדיק אלץ גרינטלעך אויסגעפארשט אויפסניי, צו שרייבן צו דיר לויט א סדר, אָ, נאבעלער טעאפילוס, ‏4 כדי דו זאלסט זיך דערוויסן די זיכערקייט פון די זאכן, וועלכע דו ביסט געלערנט געווארן.
‏5 עס איז געווען אין די טעג פון הורדוס, קעניג פון יהודה, א געוויסער כהן, וואס האט געהייסן זכריה, פון דעם משמר פון אביה; און ער האט געהאט א ווייב פון די טעכטער פון אהרן, און זי האט געהייסן אלישבע. ‏6 און ביידע זענען זיי געווען צדיקים פאר ה׳, און האבן געוואנדלט אין אלע מצוות און חוקים פון דעם האר (ה׳) אָן א פעלער. ‏7 און זיי האבן נישט געהאט קיין קינד, ווייל אלישבע איז געווען אן עקרה, און ביידע האבן שוין געהאט דערגרייכט א טיפע עלטער.
‏8 און עס איז געשען, בשעת ער האט אפגעריכט די עבודה פאר ה׳ לויט דעם סדר פון זיין משמר, ‏9 איז אויסגעפאלן דער גורל, לויט דעם מנהג פון דער כהונה, אז ער זאל אריינגיין רויכערן קטורת אינם היכל פון דעם האר (ה׳), ‏10 און דער גאנצער המון עם האט מתפלל געווען אינדרויסן אין דער שעה פון קטורת. ‏11 און א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים, שטייענדיק אויף דער רעכטער *זייט פונם מזבח הקטורת. ‏12 און זכריה האט אים געזען, און האט זיך דערשראקן, און א מורא איז געפאלן אויף אים. ‏13 דער מלאך אבער האט צו אים געזאגט: פארכט דיך נישט, זכריה; ווייל דיין תפילה איז דערהערט געווארן, און אלישבע, דיין ווייב, וועט דיר געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יוחנן. ‏14 און ער וועט זיין פאר דיר א פרייד און א שמחה, און א סך וועלן זיך פרייען איבער זיין געבורט. ‏15 ווארום ער וועט זיין גרויס פאר דעם האר (ה׳), און וויין און שארפע געטראנקען וועט ער נישט טרינקען, און שוין פון זיין מוטערס לייב אָן וועט ער זיין פול מיט דעם רוח הקודש. ‏16 און א סך פון די קינדער ישראל וועט ער צוריקפירן צום האר, דעם ג‑ט זייערן. ‏17 און ער וועט פארויסגיין פאר אים אינם *גייסט און אין דער מאכט פון אליהו, צוריק צו קערן די הערצער פון די פאטערס צו די קינדער און די ווידערשפעניקע—צו דער פארשטאנדיקייט פון צדיקים, צו שאפן א צוגעגרייט פאלק פאר דעם האר (ה׳). (מלאכי ד, ה-ו; ישעיהו מ, ג.) ‏18 און זכריה האט געזאגט צו דעם מלאך; לויט וואס וועל איך דאס דאזיקע דערקענען? ווארום איך בין א זקן און מיין ווייב איז אויך שוין אין אירע עלטערע יארן. ‏19 און דער מלאך האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: איך בין גבריאל, (דניאל ח, טז; ט, כא.) וואס שטייט פאר ה׳, און בין געשיקט געווארן צו רעדן צו דיר און דיר אנצוזאגן די גוטע בשורה פון די דאזיקע זאכן. ‏20 און זע, דו וועסט זיין שטום און נישט קענען רעדן ביז צום טאג ווען די דאזיקע זאכן וועלן געשען, ווייל דו האסט נישט געגלויבט מיינע ווערטער, וועלכע וועלן דערפילט ווערן אין זייער צייט. ‏21 און דאס פאלק האט געווארט אויף זכריהן, און האט זיך געוואונדערט וואס ער זוימט זיך אינם היכל, ‏22 און ווען ער איז ארויסגעקומען האט ער נישט געקענט רעדן צו זיי; און זיי האבן פארשטאנען, אז ער האט געזען א חזיון אינם היכל; און ער האט זיך פארשטענדיקט מיט זיי דורך צייכנס, און איז פארבלייבן שטום. ‏23 און עס איז געשען, ווען די טעג פון זיין אפריכטן די עבודה זענען דערפילט געווארן, איז ער אהיים געגאנגען.
‏24 און נאך די דאזיקע טעג איז אלישבע, זיין ווייב, טראגעדיק געווארן, און זי האט זיך פארבארגן פינף חדשים, אזוי צו זאגן: ‏25 אזוי האט דער האר (ג‑ט) מיר געטאן אין די טעג ווען ער האט אויף מיר געקוקט אוועקצונעמען מיין חרפה צווישן מענטשן.
‏26 און אין דעם זעקסטן חודש איז דער מלאך גבריאל געשיקט געווארן פון ה׳ קיין גליל אין א שטאט אריין וואס האט געהייסן נצרת, ‏27 צו א יונגפרוי בתולה וואס איז געווען פארקנסט צו א מאן מיט דעם נאמען יוסף, אויס דעם בית דוד; און די יונגפרוי בתולה האט געהייסן מרים. ‏28 און אריינקומענדיק צו איר האט ער געזאגט: שלום דיר, דו מיט גנאד באשענקטע, דער האר (ה׳) איז מיט דיר. ‏29 זי האט זיך אבער דערשראקן איבער דעם ווארט, און האט זיך געטראכט, וואס זאל די דאזיקע באגריסונג באטייטן? ‏30 און דער מלאך האט צו איר געזאגט: פארכט דיך נישט, מרים; ווארום דו האסט געפונען חן ביי ה׳, ‏31 און זע, דו וועסט מעוברת ווערן און געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע*, ‏32 ער וועט זיין גרויס, און וועט גערופן ווערן זון פון דעם אויבערשטער; און דער האר ג‑ט וועט אים געבן דעם טראן פון זיין פאטער דוד; ‏33 און ער וועט קעניגן איבער דעם הויז פון יעקב אויף אייביק, און זיין מלכות וועט נישט האבן קיין סוף. (ישעיהו ט, ו־ז.) ‏34 און מרים האט געזאגט צום מלאך: וויאזוי וועט דאס דאזיקע זיין, איך קען דאך נישט קיין מאן? ‏35 און דער מלאך האט ענטפערנדיק געזאגט צו איר: דער רוח הקודש וועט קומען איבער דיר, און דעם אויבערשטנס גבורה וועט דיך באשאטן; דערפאר וועט דאס געבוירענע (קינד) אויך גערופן ווערן הייליק, זון פון דעם אויבערשטער (ישעיהו ז, יד.) ‏36 און זע, אלישבע, די קרובה דיינע, אויך זי איז טראגעדיק מיט א זון אויף איר עלטער, און זי, וועמען מען האט גערופן עקרה, איז שוין אין זעקסטן חודש; ‏37 ווייל קיין זאך איז נישט אוממעגלעך פאר ה׳. ‏38 און מרים האט געזאגט: זע, איך בין די דינסטמויד פון דעם האר (ג‑ט); זאל מיר געשען לויט דיין ווארט. און דער מלאך איז אוועקגעגאנגען פון איר.
‏39 און מרים איז אויפגעשטאנען אין די דאזיקע טעג און איז אייליק אוועקגעגאנגען צום בארגלאנד, צו א שטאט אין יהודה; ‏40 און איז אריינגעגאנגען אין זכריהס הויז און האט אפגעגעבן שלום אלישבען. ‏41 און עס איז געשען, ווי אלישבע האט געהערט מרימס באגריסונג, האט דאס קינד א שפרונג געטאן אין איר לייב; און אלישבע איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש, ‏42 און האט אויפגעהויבן איר קול מיט א הויך געשריי, און געזאגט: געבענטשט ביסטו צווישן פרויען, און געבענטשט איז די פרוכט פון דיין לייב. ‏43 און פארוואס איז דאס דאזיקע מיר געשען, אז די מוטער פון מיין האר זאל קומען צו מיר? ‏44 ווארום זע, ווי דאס קול פון דיין באגריסונג איז געקומען אין מיינע אויערן אריין, האט דאס קינד א שפרונג געטאן מיט שמחה אין מיין לייב. ‏45 און אז וואויל איז איר וואס האט געגלויבט, אז עס וועט זיין א דערפילונג צו דעם, וואס איז איר געזאגט געווארן פונם האר (ה׳). ‏46 און מרים האט געזאגט:
‏47 עס טוט דערהייכן מיין זעל דעם האר,
און עס פריידט זיך מיין *גייסט אין ה׳, מיין דערלייזער,
‏48 ווייל ער האט געבליקט אויף דער נידריקייט פון זיין דינסטמויד;
ווארום זע, פון איצט אָן וועלן מיך רופן געבענטשטע אלע דורות,
‏49 ווייל גרויסע זאכן האט מיר געטאן דער מעכטיקער,
און הייליק איז זיין נאמען;
‏50 און זיין בארעמהארציקייט איז פון דור צו דור צו די,
וואס פארכטן זיך פאר אים.
‏51 מאכט האט ער באוויזן מיט זיין ארעם,
צעשפרייט האט ער די שטאלצע אין דער מחשבה פון זייער הארץ.
‏52 פון טראנען האט ער אראפגעזעצט מעכטיקע,
און נידריקע האט ער דערהייכט;
‏53 הונגריקע האט ער אנגעפילט מיט אלעם גוטן,
און רייכע אוועקגעשיקט מיט גארנישט.
‏54 געהאלפן האט ער זיין קנעכט ישראל,
געדענקענדיק זיין רחמנות,
‏55 אזוי ווי ער האט גערעדט צו אונדזערע אבות,
צו אברהם און זיין זאמען אויף אייביק.
‏56 און מרים איז געבליבן ביי איר אן ערך דריי חדשים, און האט זיך אומגעקערט אהיים.
‏57 פאר אלישבען אבער האט זיך דערפילט די צייט פון איר קימפעט, און זי האט געבוירן א זון. ‏58 און אירע שכנים און קרובים האבן געהערט, אז דער האר (ה׳) האט איר ארויסגעוויזן גרויס חסד, און האבן זיך געפריידט מיט איר. ‏59 און עס איז געשען, דעם אכטן טאג איז מען געקומען מל זיין דאס קינד, און מען האט אים א נאמען געגעבן נאך זיין פאטער זכריה. ‏60 און זיין מוטער האט ענטפערנדיק געזאגט: ניין; נאר ער זאל הייסן יוחנן. ‏61 און זיי האבן צו איר געזאגט: אין דיין משפחה איז דאך נישטא קיינער, וואס האט דעם דאזיקן נאמען! ‏62 און זיי האבן געוואונקען צו זיין פאטער, ווי וואלט ער געוואלט אים א נאמען געבן. ‏63 און ער האט געבעטן א שרייב טעוועלע און האט אויפגעשריבן, אזוי צו זאגן; זיין נאמען איז יוחנן! און אלע האבן זיך געוואונדערט. ‏64 און אין אן אויגנבליק האבן זיך זיין מויל און צונג געעפנט; און ער האט גערעדט, לויבנדיק ה׳. ‏65 און א מורא איז געקומען אויף אלע זייערע שכנים, און אין דעם גאנצן בארגלאנד פון יהודה האט מען גערעדט פון אלע די דאזיקע זאכן. ‏66 און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן עס זיך גענומען צום הארצן, אזוי צו זאגן: וואס וועט דאס דאזיקע קינד זיין? ווארום אויך די האנט פון דעם האר (ה׳) איז געווען מיט אים.
‏67 און זכריה, זיין פאטער, איז פול געווארן מיט דעם רוח הקודש און האט נבואות געזאגט, אזוי צו זאגן:
‏68 געלויבט זאל זיין דער האר, דער ג‑ט פון ישראל.
ווייל ער האט השגחה געהאט און געשאפן א ישועה פאר זיין פאלק,
‏69 און אויפגעשטעלט א *הארן פון גאולה פאר אונדזערטוועגן
אין דעם הויז פון דוד זיין קנעכט,
‏70 לויט ווי ער האט גערעדט דורך דעם מויל פון זיינע הייליקע נביאים.
פון אייביק אָן,
‏71 א רעטונג פון אונדזערע שונאים און אויס דער האנט
פון אלע, וואס האסן אונדז;
‏72 צו טאן חסד מיט אונדזערע אבות,
און צו געדענקען זיין הייליקן בונד;
‏73 די שבועה, וואס ער האט געשוואוירן צו אונדזער פאטער אברהם;
‏74 אונדז צו געבן, זייענדיק באפרייט אויס דער האנט פון אונדזערע שונאים,
מיר זאלן אים דינען אָן מורא,
‏75 אין קדושה און גערעכטיקייט פאר אים אלע אונדזערע טעג.
‏76 און דו, קינד, וועסט גערופן ווערן: נביא פון דעם אויבערשטער,
ווארום דו וועסט גיין פארויס פאר דעם האר
צוצוגרייטן זיינע וועגן, (ישעיהו מ, ג.)
‏77 כדי צו געבן זיין פאלק דערקענטעניש פון ישועה
דורך דער פארגעבונג פון זייערע זינד,
‏78 דורך דער הערצלעכער דערבארמונג פון אונדזער ג‑ט,
דורך וועלכן א זונאויפגאנג פון אויבן וועט קומען צו אונדז,
‏79 זיי צו געבן ליכט וואס זיצן אין פינסטערניש
און אין שאטן פון טויט,
צו פירן אונדזערע פיס אינם וועג פון שלום.
‏80 און דאס קינד איז געוואקסן און איז שטארק געווארן אינם גייסט, און איז געווען אין מדבריות ביז צום טאג פון זיין באווייזן זיך צו ישראל.