קאפיטל צוויי
‏1 און עס איז געשען אין יענע טעג, א דעקרעט איז ארויסגעגאנגען פון קיסר אויגוסטוס, אז די גאנצע וועלט זאל זיך רעגיסטרירן. ‏2 דאס איז די ערשטע רעגיסטרירונג, וואס איז געמאכט געווארן בשעת קירעניוס איז געווען העגמון פון סיריען. ‏3 און אלע זענען געגאנגען זיך רעגיסטרירן, יעדער איינער אין זיין אייגענער שטאט אריין. ‏4 און יוסף איז אויך ארויפגעגאנגען פון גליל, אויס דער שטאט נצרת, קיין יהודה, אין דער שטאט פון דוד, וועלכע הייסט בית‑לחם, ווייל ער איז געווען פון דעם הויז און משפחה פון דוד (המלך); ‏5 אז ער זאל זיך לאזן רעגיסטרירן צוזאמען מיט מרים, וואס איז געווען פארקנסט צו אים, און איז געווען מעוברת. ‏6 און עס איז געשען, בשעת זיי זענען דארט געווען, דאס די טעג פון איר קימפעט זענען דערפילט געווארן, ‏7 און זי האט געבוירן איר זון, דעם בכור, און האט אים איינגעוויקלט אין ווינדעלעך און אריינגעלייגט אין א מולטער, צוליב דעם וואס עס איז נישט געווען קיין ארט פאר זיי אין דער אכסניה.
‏8 און אין דער זעלביקער געגנט זענען געווען פאסטוכער, וואס האבן זיך אויפגעהאלטן אויפן פעלד און געהאלטן וואך איבער זייער סטאדע ביינאכט. ‏9 און א מלאך פונם האר (ה׳) האט זיך אוועקגעשטעלט ביי זיי און דער כבוד פון האר (ה׳) האט זיי ארומגעלויכטן, און זיי האבן זיך געפארכטן מיט א גרויסער פורכט. ‏10 און דער מלאך האט צו זיי געזאגט: פארכט זיך נישט! ווארום זע, איך זאג אייך אָן א גוטע בשורה פון גרויסער פרייד, וועלכע איז פארן גאנצן פאלק; ‏11 אז אייך איז היינט געבוירן געווארן א גואל, וועלכער איז משיח, דער האר, אין דער שטאט פון דוד. (מיכה ה, א.) ‏12 און דאס דאזיקע איז פאר אייך א צייכן: איר וועט געפינען א קליין קינד איינגעוויקלט אין ווינדלען און ליגנדיק אין א מולטער. ‏13 און פלוצלונג איז געווען אינאיינעם מיט דעם מלאך א מחנה פון הימלישע הערשארן וואס האבן געלויבט ה׳ און געזאגט:
‏14 כבוד צו ה׳ אין די הויכקייטן,
און אויף דער ערד שלום צווישן מענטשן
אין וועמען ער האט א וואוילגעפעלן!
‏15 און עס איז געשען, ווי די מלאכים זענען פון זיי אוועק אין הימל אריין, האבן די פאסטוכער געזאגט איינער צום אנדערן: לאמיר איצט גיין קיין בית‑לחם, און זען די דאזיקע זאך, וואס איז געשען, וועלכע דער האר (ה׳) האט אונדז צו וויסן געטאן. ‏16 און זיי זענען געגאנגען איילנדיק און האבן געפונען מרים און יוספן, און דאס קליינע קינד ליגנדיק אין דער מולטער. ‏17 און ווען זיי האבן עס געזען האבן זיי באקאנט געמאכט דאס ווארט, וואס איז צו זיי גערעדט געווארן וועגן דעם דאזיקן קינד. ‏18 און אלע, וואס האבן דאס געהערט, האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן פון די פאסטוכער. ‏19 מרים אבער האט אפגעהיטן אלע די דאזיקע רייד און האט נאכגעטראכט איבער זיי אין איר הארץ. ‏20 און די פאסטוכער האבן זיך אומגעקערט אפגעבנדיק כבוד צו ה׳ און לויבנדיק אים פאר אלעם, וואס זיי האבן געהערט און געזען, אזוי ווי עס איז צו זיי גערעדט געווארן.
‏21 און ווען אכט טעג זענען דערפילט געווארן, אז מען זאל אים מל זיין, האט מען אים א נאמען געגעבן יהושע/ישוע*, ווי ער איז גערופן געווארן פון דעם מלאך איידער ער איז געשאפן געווארן אינם מוטערלייב. ‏22 און ווען די טעג זענען דערפילט געווארן פון זייער רייניקונג לויט תורת משה, האבן זיי אים ארויפגעברענגט קיין ירושלים, כדי אים אוועקצושטעלן פאר דעם האר (ה׳) (ויקרא יב, א-ח.) ‏23 אזוי ווי עס שטייט געשריבן אין דער תורה פון דעם האר (ה׳): יעדער זכר, וואס עפנט די מוטערטראכט, זאל גערופן ווערן הייליק צום האר (ה׳); (שמות יג, א-ב.) ‏24 און צו ברענגען א קרבן לויט ווי עס איז געזאגט געווארן אין דער תורה פונם האר (ה׳): א פאר טערקל‑טויבן אדער צוויי יונגע טויבן.
‏25 און זע, עס איז געווען א מענטש אין ירושלים, וועלכער האט געהייסן שמעון, און דער דאזיקער איז געווען אן איש צדיק און א ג‑טספארכטיקער מענטש, און האט געהאפט אויף דער נחמה פון ישראל; און דער רוח הקודש האט גערוט אויף אים. ‏26 און עס איז אים אנטפלעקט געווארן דורך דעם רוח הקודש, אז ער וועט נישט זען דעם טויט איידער ער וועט זען דעם משיח פון דעם האר ה׳. ‏27 און ער איז געקומען דורך דעם גייסט אין בית המקדש אריין! און בשעת די עלטערן האבן אריינגעברענגט דאס קינד יהושע/ישוע*, כדי צו טאן מיט אים לויט דעם מנהג פון דער תורה, ‏28 האט ער (שמעון) עס גענומען אויף זיינע ארעמס און געלויבט ה׳ און געזאגט:
‏29 איצט, אָ, האר, לאזטו דיין קנעכט גיין,
לויט דיין ווארט, בשלום,
‏30 ווייל געזען האבן מיינע אויגן דיין רעטונג,
‏31 וואס דו האסט צוגעגרייט פאר אלע פעלקער,
‏32 א ליכט צו דער באלויכטונג פון די גויים
און א הערלעכקייט פאר דיין פאלק ישראל.
(ישעיהו מב, ו.)
‏33 און זיין פאטער און מוטער האבן זיך געוואונדערט איבער דעם, וואס איז געזאגט געווארן וועגן אים; ‏34 און שמעון האט זיי געבענטשט און געזאגט צו מרים, זיין מוטער: זע, ער איז באשטימט צום פאלן און אויפשטיין פון א סך אין ישראל, און אלס א צייכן, וואס וועט ווידערגעשפראכן ווערן; (ישעיהו ח, יד-טו.) ‏35 און אויך דיין אייגענער זעל וועט אדורכדרינגען א שווערד; כדי די מחשבות פון א סך הערצער זאלן אנטפלעקט ווערן.
‏36 און עס איז געווען א נביאה, חנה בת פנואל, פונם שבט אשר. זי האט שוין געהאט דערגרייכט א זייער טיפע עלטער, האבנדיק געלעבט מיט א מאן זיבן יאר פון איר יונגפרוישאפט אָן, ‏37 און איז געווען אן אלמנה ביז צו פיר און אכציק יאר, וואס האט נישט פארלאזט דאס בית המקדש, און האט געדינט ה׳ מיט תעניתים און תפילות בייטאג און ביינאכט. ‏38 אויך זי איז געקומען אין דער זעלביקער שעה, האט געלויבט ה׳, און גערעדט וועגן אים צו אלע, וואס האבן געהאפט אויף דער אויסלייזונג פון ירושלים. ‏39 און ווי זיי האבן אלץ מקיים געווען לויט דער תורה פונם האר (ה׳), האבן זיי זיך אומגעקערט קיין גליל, אין זייער אייגענער שטאט נצרת.
‏40 און דאס קינד איז געוואקסן און איז געווארן שטארק, ווערנדיק פול מיט חכמה, און ה׳ס חן איז געווען אויף אים.
‏41 און זיינע עלטערן פלעגן עולה רגל זיין יעדעס יאר קיין ירושלים אויף יום טוב פסח. ‏42 און ווען ער איז אלט געווארן צוועלף יאר זענען זיי ארויפגעגאנגען לויט דעם מנהג פונם יום טוב; ‏43 און ווען די טעג האבן זיך געענדיקט און זיי האבן זיך אומגעקערט (אהיים), איז דאס יינגל יהושע/ישוע* איבערגעבליבן אין ירושלים, און זיינע עלטערן האבן עס נישט געוואוסט; ‏44 נאר מיינענדיק, אז ער איז מיט די עולי רגל, זענען זיי געגאנגען א טאג רייזע און האבן אים געזוכט צווישן די קרובים און באקאנטע. ‏45 און (אזוי ווי) זיי האבן אים נישט געפונען, האבן זיי זיך אומגעקערט קיין ירושלים און אים געזוכט. ‏46 און עס איז געשען, אין דריי טעג ארום האבן זיי אים געפונען אין בית המקדש זיצנדיק אין דער מיט צווישן די תנאים, און ער האט זיך צוגעהערט צו זיי און זיי געשטעלט קשיות; ‏47 און אלע, וואס האבן אים געהערט, האבן געשטוינט איבער זיין שכל און זיינע תשובות. ‏48 און ווען זיי האבן אים דערזען, זענען זיי געווארן אויסער זיך, און זיין מוטער האט צו אים געזאגט; קינד, פארוואס האסטו אונדז אזוי געטאן? זע, דיין פאטער און איך האבן דיך געזוכט מיט אנגסט. ‏49 און ער האט צו זיי געזאגט; פארוואס האט איר מיך געזוכט? צי האט איר דען נישט געוואוסט, אז איך מוז זיין אין מיין פאטערס הויז? ‏50 און זיי האבן נישט משיג געווען דאס ווארט, וואס ער האט צו זיי גערעדט. ‏51 און ער איז אראפגעגאנגען מיט זיי און איז געקומען קיין נצרת און געווען אונטערטעניק צו זיי; און די מוטער זיינע האט אפגעהיטן די אלע ווערטער אין איר הארץ.
‏52 און יהושע/ישוע* איז געוואקסן אין דער חכמה און אין קערפערלעכן געשטאלט, און אין חן ביי ה׳ און ביי לייטן.