די גוטע בשורה לויט מארקוס
1
דאס איז דער אנהויב פון דער בשורה טובה פון יהושע/ישוע* המשיח, דעם זון פון דער אויבערשטער. 2 לויט ווי עס שטייט געשריבן אין ישעיהו הנביא:זע, איך שיק מיין שליח פאר דיין פנים,
ער וועט צוגרייטן דיין וועג; (מלאכי ג, א.)
3 א קול פון איינעם, וואס רופט אויס אין דער מדבר:
מאכט פארטיק דעם הארס וועג,
גלייכט אויס זיינע שטעגן! (ישעיהו מ, ג.)
4 יוחנן איז געקומען, וואס האט טובל געווען אין דער מדבר, אויסרופנדיק א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד. 5 און עס איז ארויסגעגאנגען צו אים דאס גאנצע לאנד יהודה, און אלע לייט פון ירושלים; און זענען געטובלט געווארן אין א מקווה פון אים אין דעם טייך ירדן, און האבן זיך מתוודה געווען אויף זייערע זינד. 6 און דער יוחנן איז געווען אנגעטאן אין קעמל *האר, און א לעדערנער גארטל ארום זיינע לענדן, און האט געגעסן היישעריקן און ווילדן האניק. 7 און ער האט אויסגערופן, אזוי צו זאגן: עס קומט נאך מיר דער, וואס איז שטארקער פון מיר; וואס איך בין נישט ווערט זיך איינצובייגן און אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך. 8 איך האב אייך טובל געווען מיט וואסער אין א מקווה, ער אבער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש.
9 און עס איז געשען, אין יענע טעג איז יהושע/ישוע* געקומען פון נצרת אין גליל, און איז געטובלט געווארן אין א מקווה פון יוחנן אינם ירדן. 10 און גלייך ווי ער איז ארויסגעשטיגן אויס דעם וואסער, האט ער געזען דעם הימל געשפאלטן, און דעם גייסט ווי א טויב אראפשוועבן אויף אים; 11 און עס איז געקומען א קול אויס דעם הימל: דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!
12 און גלייך טרייבט אים דער גייסט אין דער מדבר אריין. 13 און ער איז געווען אין דער מדבר פערציק טעג, ווערנדיק אויסגעפרואווט פונם שׂטן; און איז געווען מיט די ווילדע חיות; און די מלאכים האבן אים באדינט. 14 און נאך דעם ווי יוחנן איז איבערגעגעבן געווארן, איז יהושע/ישוע* געקומען קיין גליל, און האט אויסגערופן די בשורה טובה פון ה׳, 15 און געזאגט: די צייט איז שוין דערפילט, און דאס קעניגרייך פון ה׳ האט זיך דערנענטערט; טוט תשובה, און גלויבט אין דער גוטער בשורה!
16 און פארבייגייענדיק ביים ים פון גליל, האט ער געזען שמעונען און אנדריי שמעונס ברודער ווארפן א נעץ אין ים אריין; ווארום זיי זענען געווען פישערלייט. 17 און יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: קומט, פאלגט מיר נאך, און איך וועל אייך מאכן צו ווערן פישערס פון מענטשן! 18 און גלייך האבן זיי פארלאזט די נעצן און האבן אים נאכגעפאלגט. 19 און גייענדיק אביסל ווייטער, האט ער געזען יעקב בן זבדי און יוחנן זיין ברודער, אויך זיי זענען געווען אינם שיפל פארריכטנדיק די נעצן. 20 און גלייך האט ער זיי גערופן; און זיי האבן פארלאזט זייער פאטער זבדי און דעם שיפל צוזאמען מיט די טאג לוינער, און זענען אוועק נאך אים.
21 און זיי זענען געגאנגען קיין כפר‑נחום; און גלייך שבת איז ער אריינגעגאנגען אין דער שול און האט געלערנט. 22 און מען האט געשטוינט איבער זיין תורה; ווארום ער האט זיי געלערנט ווי איינער, וואס האט מאכט, און נישט ווי די סופרים. 23 און גראד איז אין זייער שול געווען א מענטש מיט אן אומריינעם *גייסט; און ער האט א געשריי געטאן, 24 אזוי צו זאגן: וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע* פון נצרת? דו ביסט געקומען אונדז צו פארטיליקן! איך ווייס ווער דו ביסט: דער קדוש אלקים. 25 און יהושע/ישוע* האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג, און גיי ארויס פון אים! 26 און דער אומריינער *גייסט האט אים א ריס געטאן, האט געשריגן מיט א הויך קול און איז פון אים ארויס. 27 און אלע זענען אזוי דערשטוינט געווארן, אז זיי האבן דאס איבערגעפרעגט צווישן זיך, אזוי צו זאגן: וואס איז דאס דאזיקע? א נייע לערנונג מיט מאכט! אפילו די אומריינע גייסטער באפעלט ער, און זיי געהארכן אים. 28 און גלייך האט זיך זיין שם פארשפרייט אומעטום אין דער גאנצער געגנט ארום גליל.
29 און גלייך ווי זיי זענען ארויסגעקומען פון דער שול, זענען זיי אריינגעגאנגען אינם הויז פון שמעון און אנדריי, צוזאמען מיט יעקבן און יוחנן. 30 שמעונס שוויגער אבער איז געלעגן קראנק מיט א פיבער; און זיי האבן אים תיכף געזאגט וועגן איר. 31 און ער איז צוגעגאנגען און האט זי אנגענומען ביי דער האנט, און זי אויפגעשטעלט; און דאס פיבער איז פון איר אוועק, און זי האט זיי באדינט.
32 און ווען עס איז געווארן אוונט, ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האט מען געברענגט צו טראגן צו אים אלע קראנקע, און באזעסענע מיט בייזע גייסטער. 33 און די גאנצע שטאט איז זיך צוזאמענגעקומען ביי דער טיר. 34 און ער האט געהיילט א סך, וואס האבן געהאט פארשיידענע קראנקייטן, און פיל בייזע גייסטער האט ער ארויסגעטריבן; און האט די בייזע גייסטער נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן אים געקענט.
35 און אינדערפרי, בשעת עס איז נאך געווען זייער טונקל, איז ער אויפגעשטאנען, איז ארויסגעגאנגען און איז אוועק אויף א וויסט ארט, און האט דארט תפילה געטאן. 36 און שמעון און די, וואס זענען געווען ביי אים, האבן נאכגעאיילט נאך אים; 37 און האבן אים געפונען, און זאגן צו אים: אלע זוכן דיך! 38 און ער זאגט צו זיי: לאמיר גיין ערגעץ אנדערשוואו אין די שכנותדיקע שטעטלעך אריין, כדי איך זאל אויך דארטן דרשענען; ווארום דערצו בין איך געקומען. 39 און ער איז געגאנגען און האט אויסגערופן אין זייערע שולן אין גאנץ גליל און האט ארויסגעטריבן די בייזע גייסטער.
40 און א מצורע איז געקומען צו אים, האט אים געבעטן, און איז אנידערגעפאלן פאר אים אויף די קני און געזאגט צו אים: אויב דו ווילסט, קענסטו מיך ריין מאכן! 41 און ער האט זיך דערבארעמט, האט אויסגעשטרעקט די האנט, האט אים אנגערירט און זאגט צו אים: איך וויל; *זיי ריין! 42 און גלייך איז די צרעת פון אים אוועק, און ער איז געווארן ריין. 43 און ער האט שארף צו אים גערעדט, האט אים תיכף אוועקגעשיקט, 44 און זאגט צו אים: גיב אכטונג, זאלסט קיינעם גארנישט זאגן; נאר גיי ווייז דיך דעם כהן, און ברענג א קרבן פאר דיין רייניקונג, וואס משה האט געבאטן, פאר אן עדות צו זיי (ויקרא יד א‑לב.) 45 ער אבער איז ארויסגעגאנגען, און האט אנגעהויבן א סך דערפון צו דערציילן, און צו פארשפרייטן די זאך, אז ער האט שוין מער נישט געקענט אפן אריינגיין אין א שטאט, נאר איז געווען אינדרויסן אין מדבריותדיקע ערטער; און מען איז געקומען צו אים פון אומעטום.