קאפיטל צוויי
‏1 און אין אייניקע טעג ארום איז ער ווידער געגאנגען קיין כפר‑נחום; און מען האט געהערט, אז ער איז אינם הויז. ‏2 און א סך לייט האבן זיך פארזאמלט, אזוי אז עס איז שוין מער נישט געווען קיין ארט, אפילו נישט ביי דער טיר; און ער האט צו זיי גערעדט דאס ווארט. ‏3 און אייניקע זענען געקומען, ברענגענדיק צו אים א פאראליזשירטן, וואס איז געטראגן געווארן פון פיר. ‏4 און נישט קענענדיק אים צוברענגען צו אים צוליב דעם המון מענטשן, האבן זיי אראפגעריסן דעם *דאך וואו ער איז געווען, און נאך דעם ווי זיי האבן אדורכגעבראכן, האבן זיי אראפגעלאזט דאס בעט, אויף וועלכן דער פאראליזשירטער איז געלעגן. ‏5 און ווי יהושע/ישוע* האט געזען זייער גלויבן, זאגט ער צום פאראליטיקער: קינד, דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן! ‏6 עס זענען אבער דארט געזעסן אייניקע פון די סופרים, וואס האבן נאכגעטראכט אין זייערע הערצער, ‏7 פארוואס רעדט ער אזוי? ער לעסטערט דאך! ווער קען מוחל זיין זינד אחוץ נאר ה׳ אליין? ‏8 און גלייך דערוויסנדיק זיך אין זיין *גייסט, אז זיי האבן אזוי געטראכט, זאגט ער צו זיי: פארוואס טראכט איר די דאזיקע זאכן אין אייערע הערצער? ‏9 וואס איז לייכטער: צו זאגן צום פאראליזשירטן: דיינע זינד זענען דיר פארגעבן געווארן; אדער צו זאגן: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי? ‏10 כדי אבער איר זאלט וויסן, אז דער בר אנש האט רשות מוחל צו זיין זינד אויף דער ערד—זאגט ער צום פאראליזשירטן: ‏11 דיר זאג איך: שטיי אויף, נעם דיין בעט און גיי אהיים! ‏12 און ער איז אויפגעשטאנען, און האט באלד גענומען דאס בעט און איז ארויסגעגאנגען פאר אלעמען, אזוי אז אלע זענען געווען אויסער זיך פון דערשטוינונג, און האבן געלויבט ה׳, אזוי צו זאגן: נאך קיינמאל האבן מיר אזעלכעס נישט געזען!
‏13 און ער איז ווידער ארויסגעגאנגען צום ברעג ים, און דער גאנצער המון מענטשן איז געקומען צו אים, און ער האט זיי געלערנט. ‏14 און פארבייגייענדיק האט ער געזען לוי בן חלפי זיצן אינם שטייער אמט, און ער זאגט צו אים; פאלג מיר נאך! און ער איז אויפגעשטאנען און האט אים נאכגעפאלגט. ‏15 און עס איז געשען, בשעת ער (יהושע/ישוע*) איז געזעסן אין זיין (לויס) הויז צום טיש, און א סך שטייער אויפמאנער און חוטאים האבן זיך אנידערגעזעצט מיט יהושען/ישוען* און מיט זיינע תלמידים; ווארום עס זענען געווען א סך, און זיי האבן אים נאכגעפאלגט. ‏16 און די סופרים פון די פרושים האבן געזען, אז ער עסט צוזאמען מיט חוטאים און מיט שטייער אויפמאנער, האבן זיי געזאגט צו די תלמידים זיינע: פארוואס עסט ער צוזאמען מיט די שטייער אויפמאנער און חוטאים? ‏17 און ווען יהושע/ישוע* האט דאס געהערט, זאגט ער צו זיי: די געזונטע האבן נישט נייטיק קיין רופא, נאר די, וואס זענען קראנק: איך בין נישט געקומען רופן צדיקים, נאר חוטאים.
‏18 און יוחננס תלמידים און די פרושים פלעגן פאסטן; און זיי קומען און זאגן צו אים: פארוואס פאסטן יוחננס תלמידים און די תלמידים פון די פרושים, און דיינע תלמידים פאסטן נישט? ‏19 און יהושע/ישוע* האט צו זיי געזאגט: צי קענען דען די געסט אויף דער חתונה פאסטן בשעת דער חתן איז מיט זיי? כל זמן זיי האבן דעם חתן מיט זיך, קענען זיי נישט פאסטן. ‏20 עס וועלן אבער קומען טעג, ווען דער חתן וועט פון זיי אוועקגענומען ווערן, און דעמאלט וועלן זיי פאסטן אין יענעם טאג. ‏21 קיינער לייגט נישט קיין לאטע פון נישט איינגעלאפענעם טוך אויף אן אלטן בגד; טאמער רייסט די נייע לאטע אפ פונם אלטן, און דער ריס ווערט ערגער. ‏22 און קיינער גיסט נישט אריין קיין נייעם וויין אין אלטע לאגלען; טאמער צעשפאלט דער וויין די לאגלען, און סאי דער וויין און סאי די לאגלען ווערן פארלוירן; נאר נייער וויין געהערט אין נייע לאגלען אריין.
‏23 און עס איז געשען, אז א שבת איז ער געגאנגען דורך די קארנפעלדער, און זיינע תלמידים האבן אנגעהויבן אויפן וועג אפצורייסן די זאנגען. ‏24 און די פרושים האבן געזאגט צו אים: זע, פארוואס טוען זיי אום שבת וואס מען טאר נישט? ‏25 און ער זאגט צו זיי: צי האט איר קיינמאל נישט געלייענט, וואס דוד האט געטאן, ווען ער איז געווען אין נויט, און איז געווען הונגעריק, ער אליין און די לייט מיט אים? ‏26 ווי ער איז אריינגעגאנגען אין ה׳ס הויז (משכן), ווען אביתר איז געווען כהן גדול, און האט געגעסן דאס לחם הפנים, וואס קיינער טאר נישט עסן אחוץ די כהנים, און האט עס אויך געגעבן צו די, וואס זענען געווען מיט אים? (שמואל א כא, א-ו.) ‏27 און ער האט צו זיי געזאגט: דער שבת איז באשאפן געווארן צוליב דעם מענטשן, און נישט דער מענטש צוליב דעם שבת. ‏28 דערפאר איז דער בר אנש אויך האר איבער דעם שבת.