די גוטע בשורה לויט מתתיהו
1
דאס בוך פונם שטאמבוים פון יהושע/ישוע* המשיחן, דעם זון פון דוד, דעם זון פון אברהם. ‏2 אברהם האט געבוירן יצחקן, און יצחק האט געבוירן יעקבן, און יעקב האט געבוירן יהודהן און זיינע ברידער. ‏3 און יהודה האט געבוירן פרצן און זרחן פון תמר. און פרץ האט געבוירן חצרון, און חצרון האט געבוירן רם. ‏4 און רם האט געבוירן עמינדבן, און עמינדב האט געבוירן נחשון, און נחשון האט געבוירן שלמון, ‏5 און שלמון האט געבוירן בועזן פון רחב, און בועז האט געבוירן עובדן פון רות, און עובד האט געבוירן ישי, ‏6 און ישי האט געבוירן דוד המלך.
און דוד האט געבוירן שלמהן פון אוריהס ווייב, ‏7 און שלמה האט געבוירן רחבעם, און רחבעם האט געבוירן אביה, און אביה האט געבוירן אסא, ‏8 און אסא האט געבוירן יהושפטן, און יהושפט האט געבוירן יורם, און יורם האט געבוירן עזיהו, ‏9 און עזיהו האט געבוירן יותם, און יותם האט געבוירן אחזן, און אחז האט געבוירן יחזקיהן, ‏10 און יחזקיהו האט געבוירן מנשהן, און מנשה האט געבוירן אמון, און אמון האט געבוירן יאשיהו, ‏11 און יאשיהו האט געבוירן יכניהו און זיינע ברידער, צו דער צייט פונם גלות בבל.
‏12 און נאך דער פארטרייבונג קיין בבל האט יכניהו געבוירן שאלתיאלן, און שאלתיאל האט געבוירן זרובבלען, ‏13 און זרובבל האט געבוירן אביהודן, און אביהוד האט געבוירן אליקים, און אליקים האט געבוירן עזורן, ‏14 און עזור האט געבוירן צדוקן, און צדוק האט געבוירן יכין, און יכין האט געבוירן אליהודן, ‏15 און אליהוד האט געבוירן אלעזרן, און אלעזר האט געבוירן מתן, און מתן האט געבוירן יעקבן, ‏16 און יעקב האט געבוירן יוספן, דעם מאן פון מרים, פון וועלכער עס איז געבוירן געווארן יהושע/ישוע*, וואס ווערט גערופן משיח.
‏17 און אזוי זענען אלע דורות פון אברהם ביז דוד פערצן דורות; און פון דוד ביז צום גלות בבל פערצן דורות; און פונם גלות בבל ביז צו דעם משיח פערצן דורות.
‏18 און די געבורט פון יהושע/ישוע* המשיחן איז פארגעקומען אויף אזא אופן: ווען זיין מוטער מרים איז געווען פארקנסט צו יוספן, איידער זיי זענען זיך צוזאמענגעקומען, איז זי געפונען געווארן מעוברת פונם רוח הקודש. ‏19 יוסף, איר מאן, איז אבער געווען א צדיק, און האט איר נישט געוואלט אנטאן קיין חרפה, האט ער בדעה געהאט, שטילערהייט מיט איר זיך פאנאנדערצוגיין. ‏20 און טראכטנדיק אזוי וועגן דעם, זע, א מלאך פון דעם האר (ה׳) האט זיך באוויזן צו אים אין א חלום, אזוי צו זאגן: יוסף בן דוד, פארכט דיך נישט צו נעמען מרים, דיין ווייב; מחמת דאס, וואס איז אין איר געשאפן געווארן, איז פונם רוח הקודש. ‏21 און זי וועט געבוירן א זון, און דו זאלסט רופן זיין נאמען יהושע/ישוע*; מחמת ער וועט ראטעווען זיין פאלק פון זייערע זינד. ‏22 און דאס אלץ איז געשען, כדי עס זאל דערפילט ווערן, וואס עס איז געזאגט געווארן פון דעם האר (ה׳) דורך דעם נביא, אזוי צו זאגן:
‏23 זע די עלמה וועט פארגיין אין טראגן,
און געבוירן א זון,
און מען וועט רופן זיין נאמען עמנואל,
(ישעיהו ז, יד.)
וואס דער טייטש דערפון איז: ה׳ מיט אונדז. ‏24 און ווען יוסף איז אויפגעשטאנען פון שלאף, האט ער געטאן, ווי דער מלאך פון דעם האר (ג‑ט) האט אים באפוילן, און ער האט גענומען צו זיך זיין ווייב; ‏25 און האט זיך מיט איר נישט באהאפטן, ביז זי האט געבוירן א זון, און ער האט גערופן זיין נאמען יהושע/ישוע*.