קאפיטל דריי
1 און אין דעם פופצענטן יאר פון דער הערשאפט פון קיסר טיבעריוס, בעת פאנטיוס פילאטוס איז געווען גובערנאטאר פון יהודה, און הורדוס איז געווען טעטרארך פון גליל, און פיליפוס, זיין ברודער, איז געווען טעטרארך פון איטורעא און פון דער געגנט טראכאניטיס, און ליזיאנוס איז געווען טעטרארך פון אבילענע, 2 ווען חנן און קיפא זענען געווען כהנים גדולים, איז ה׳ס ווארט געקומען צו יוחנן בן זכריה אין דער מדבר. 3 און ער איז געקומען אין דער גאנצער אומגעגנט פון ירדן און האט אויסגערופן א מקווה פון תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד, 4 אזוי ווי עס שטייט געשריבן אינם ספר פון די ווערטער פון ישעיה הנביא:
א קול פון איינעם וואס שרייט אין דער מדבר:
גרייט צו דעם וועג פון דעם האר (ה׳),
מאכט גלייך זיינע שטעגן.
5 יעדער טאל זאל אנגעפילט ווערן
און יעדער בארג און יעדעס בערגל זאלן דערנידעריקט ווערן,
און די קרומע (ערטער) זאלן אויסגעגלייכט ווערן
און די נישט גלייכע צו גלאטע וועגן;
6 און זאל יעדער בשר (ודם) זען די ישועה פון ה׳.
(ישעיהו מ, ג-ה.)
7 און ער האט געזאגט צו די המונים מענטשן, וואס זענען ארויסגעקומען געטובלט צו ווערן אין דער מקווה פון אים: איר שפראץ פון שלאנגען, ווער האט אייך געגעבן צו פארשטיין צו אנטלויפן פון דעם קומענדיקן צארן? 8 ברענגט דעריבער פירות, (וואס זענען) ווירדיק פון תשובה, און הויבט נישט אָן זיך איינצורעדן: מיר האבן אברהם אלס אונדזער פאטער; ווארום איך זאג אייך, אז ה׳ איז בכח אויס די דאזיקע שטיינער אויפצושטעלן קינדער צו אברהמען. 9 און די האק ליגט אויך שוין ביים ווארצל פון די ביימער; דעריבער יעדער איינער בוים, וואס ברענגט נישט קיין גוטע פירות, ווערט אפגעהאקט און געווארפן אין פייער אריין. 10 און די מאסן מענטשן האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: וואס זשע זאלן מיר טאן? 11 און ער האט ענטפערנדיק צו זיי געזאגט: ווער עס האט צוויי העמדער, דער זאל זיך טיילן מיט דעם, וואס האט גארנישט; און דער, וואס האט שפייז, זאל אויך אזוי טאן! 12 און אויך שטייער אויפמאנער זענען געקומען צו לאזן זיך טובל זיין אין דער מקווה און האבן געזאגט צו אים: רבי, וואס זאלן מיר טאן? 13 האט ער צו זיי געזאגט: פאדערט נישט מער ווי עס איז אייך באשטימט געווארן! 14 און אויך זעלנער האבן אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: און מיר, וואס זאלן מיר טאן? און ער האט צו זיי געזאגט: באדריקט קיינעם נישט, ברענגט נישט קיין מסירות אויף קיינעם, און באגענוגענט אייך מיט אייער געהאלט.
15 און אזוי ווי דאס פאלק איז געווען אין דערווארטונג, און אלע האבן זיך געפרעגט אין זייערע הערצער וועגן יוחנן, צי איז ער אליין נישט אפשר דער משיח, 16 האט יוחנן געענטפערט זאגנדיק צו אלעמען: איך טובל אייך טאקע מיט וואסער אין א מקווה, עס קומט אבער א שטארקערער פון מיר; וועמען איך בין נישט ווערט אויפצובינדן דאס שנירל פון זיינע שיך; ער וועט אייך טובל זיין אין א מקווה מיט דעם רוח הקודש און מיט פייער; 17 זיין ווינטשויפל איז אין זיין האנט, אויסצורייניקן זיין דרעשעריי און איינצוזאמלען דעם ווייץ אין שייער אריין, די פלעווע אבער וועט ער פארברענען מיט פייער, וואס לעשט זיך נישט אויס. 18 און נאך מיט א סך אנדערע אזהרות האט ער אנגעזאגט די גוטע בשורה צום פאלק. 19 הורדוס אבער, דער טעטרארך, ווערנדיק געמוסרט פון אים וועגן הורודיה, זיין ברודערס ווייב, און וועגן אלע מעשים רעים, וואס הורדוס האט געטאן, 20 האט ער צו דעם אלעם צוגעלייגט אויך דאס דאזיקע, וואס ער האט יוחנן פארשלאסן אין געפענקעניש.
21 און עס איז געשען, בשעת דאס גאנצע פאלק האט זיך געלאזט טובל זיין אין דער מקווה און יהושע/ישוע* איז אויך געטובלט געווארן אין דער מקווה און האט תפילה געטאן, האט זיך דער הימל געעפנט, 22 און דער רוח הקודש איז אראפגעקומען אויף אים אין א קערפערלעך געשטאלט, ווי א טויב; און עס איז געקומען א קול פון הימל; דו ביסט מיין געליבטער זון, אין דיר האב איך א וואוילגעפעלן!
23 און יהושע/ישוע* אליין איז אלט געווען ביי דרייסיק יאר ווען ער האט אנגעהויבן (זיין עבודה); און איז געווען, ווי מען האט געמיינט, דער זון פון יוסף בן עלי, 24 בן מתת, בן לוי, בן מלכי, בן יני, בן יוסף, 25 בן מתתיהו, בן אמוץ, בן נחום, בן חסלי, בן נגי, 26 בן מחת, בן מתתיהו, בן שמעי, בן יוסף, בן יודה, 27 בן יוחנן, בן רישא, בן זרובבל, בן שאלתיאל, בן נרי, 28 בן מלכי, בן אדי, בן קוסם, בן אלמודם, בן ער, 29 בן יהושע/ישוע*, בן אליעזר, בן יורים, בן מתת, בן לוי, 30 בן שמעון, בן יהודה, בן יוסף, בן יונם, בן אליקים, 31 בן מליא, בן מינא, בן מתתה, בן נתן, בן דוד, 32 בן ישי, בן עובד, בן בועז, בן שלמון, בן נחשון, 33 בן עמינדב, בן אדמין, בן ארני, בן חצרון, בן פרץ, בן יהודה, 34 בן יעקב, בן יצחק, בן אברהם, בן תרח, בן נחור, 35 בן שרוג, בן רעו, בן פלג, בן עבר, בן שלח, 36 בן קינן, בן ארפכשד, בן שם, בן נוח, בן למך, 37 בן מתושלח, בן חנוך, בן ירד, בן מהללאל, בן קינן, 38 בן אנוש, בן שת, בן אדם, בן אלקים.