קאפיטל פיר
1 און יהושע/ישוע*, פול מיט דעם רוח הקודש, האט זיך אומגעקערט פונם ירדן, און איז געפירט געווארן פון דעם גייסט אין דער מדבר 2 פערציק טעג לאנג און איז אויסגעפרואווט געווארן פון שׂטן. און ער האט גארנישט געגעסן אין יענע טעג; און ווען זיי האבן זיך געענדיקט איז ער הונגעריק געווארן. 3 און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, זאג צו דעם דאזיקן שטיין, אז ער זאל ווערן ברויט! 4 און יהושע/ישוע* האט אים געענטפערט: עס שטייט געשריבן:
נישט מיט ברויט אליין וועט דער מענטש לעבן!
(דברים ח, ג.)
5 האט ער אים ארויפגעפירט אויף א הויכן בארג און אים געוויזן אלע קעניגרייכן פון דער וועלט אין אן אויגנבליק. 6 און דער שׂטן האט צו אים געזאגט: דיר וועל איך געבן די דאזיקע גאנצע מאכט און זייער הערלעכקייט; ווייל זי איז מיר איבערגעגעבן געווארן, און איך גיב זי, צו וועמען איך וויל. 7 דעריבער אויב דו וועסט זיך בוקן פאר מיר, וועט אלץ זיין דיין. 8 און יהושע/ישוע* האט ענטפערנדיק צו אים געזאגט: עס שטייט געשריבן:
צום האר דיין ה׳ זאלסטו זיך בוקן,
און נאר אים אליין זאלסטו דינען.
(דברים י, כ.)
9 ער אבער האט אים אוועקגעפירט קיין ירושלים און אים געשטעלט אויפן שפיץ טורם פון בית המקדש, און געזאגט צו אים: אויב דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער, ווארף דיך פונדאנען אראפ; 10 ווארום עס שטייט געשריבן:
זיינע מלאכים וועט ער באפעלן וועגן דיר, דיך אפצוהיטן;
11 אויף די הענט וועלן זיי דיך טראגן,
אז דו זאלסט דיר נישט צעקלאפן דיין פוס אין א שטיין.
(תהלים צא, יא-יב.)
12 און יהושע/ישוע* האט אים ענטפערנדיק געזאגט: עס איז געזאגט געווארן:
דו זאלסט נישט אויספרואוון דעם האר דיין ה׳.
(דברים ו, טז.)
13 און ווען דער שׂטן האט געענדיקט אלע אויספרווואונגען איז ער אוועק פון אים ביז אויף א צייט.
14 און יהושע/ישוע* האט זיך אומגעקערט אין דער קראפט פונם גייסט קיין גליל; און א קלאנג איז ארויסגעגאנגען וועגן אים אין דער גאנצער אומגעגנט. 15 און ער האט געלערנט אין זייערע שולן, און אלע האבן אים אפגעגעבן כבוד.
16 און ער איז געקומען קיין נצרת, וואו ער איז דערצויגן געווארן; און לויט זיין געוואוינהייט איז ער שבת אריינגעגאנגען אין שול און האט זיך אויפגעשטעלט צו לייענען. 17 און מען האט אים געגעבן דאס ספר פון דעם נביא ישעיה. און אויפעפנענדיק דאס בוך האט ער געפונען דאס ארט, וואו עס איז געווען געשריבן:
18 דער גייסט פונם האר (ה׳) איז אויף מיר,
ווייל ער האט מיך געזאלבט,
כדי אנצוזאגן א גוטע בשורה צו ארומעלייט;
ער האט מיך געשיקט אויסצורופן באפרייאונג צו געפאנגענע,
און צו בלינדע—ווידער צו קענען זען,
די אונטערגעדריקטע ארויסצושיקן פריי,
19 אויסצורופן א שנת רצון פון דעם האר (ה׳).
(ישעיהו סא, א-ב.)
20 און ער האט צונויפגעוויקלט דאס ספר, האט עס אוועקגעגעבן דעם חזן און זיך אנידערגעזעצט; און אלעמענס אויגן אין שול זענען געווען גענייגט מיט שפאנונג אויף אים. 21 און ער האט אנגעהויבן צו זאגן צו זיי: היינט איז די דאזיקע שריפט מקוים געווארן אין אייערע אויערן. 22 און אלע האבן עדות געזאגט אויף אים און האבן זיך געוואונדערט איבער די ליבלעכע ווערטער, וואס זענען ארויסגעקומען פון זיין מויל; און האבן געזאגט: צי איז דען דאס נישט יוספס זון? 23 און ער האט צו זיי געזאגט: זיכער וועט איר מיר זאגן דאס דאזיקע שפריכווארט: רופא, הייל דיך אליין! אלץ, וואס מיר האבן געהערט, אז עס איז געשען אין כפר‑נחום, טו אויך דא אין דיין פאטערשטאט! 24 ער אבער האט געזאגט: באמת זאג איך אייך: קיין נביא איז נישט אנגענומען אין זיין פאטערשטאט. 25 אויף אן אמת זאג איך אייך: א סך אלמנות זענען געווען אין ישראל אין די טעג פון אליהו (הנביא), ווען דער הימל איז געווען פארשלאסן אויף דריי יאר און זעקס חדשים, און עס איז געווארן א גרויסער הונגער איבערן גאנצן לאנד; 26 און צו קיין איינער פון זיי איז אליהו נישט געשיקט געווארן, אחוץ קיין צרפת אין צידון צו א פרוי אן אלמנה. (מלכים א יז, א.) 27 און א סך מצורעים זענען געווען אין ישראל אין דער צייט פונם נביא אלישע; און קיין איינער פון זיי איז נישט גערייניקט געווארן, אחוץ נעמן דער סיריער. (מלכים ב ה, א-יד.) 28 און אלע אין שול זענען פול געווארן מיט צארן, הערנדיק די דאזיקע זאכן; 29 און האבן זיך אויפגעהויבן און אים ארויסגעווארפן אויסער דער שטאט, און אים אוועקגעפירט ביז צום שפיץ פון דעם בארג, אויף וועלכן זייער שטאט איז געווען געבויט, כדי אים אראפצושטירצן. 30 ער אבער, אדורכגייענדיק דורך זייער מיט, איז זיך אוועק אויף זיין וועג.
31 און ער איז אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, א שטאט אין גליל; און אין די שבתים פלעגט ער זיי לערנען; 32 און מען פלעגט שטוינען איבער זיין תורה, ווייל זיין ווארט איז געווען מיט מאכט. 33 און אין דער שול איז געווען א מענטש, וואס האט געהאט אן אומריינעם בייזן *גייסט, און ער האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול: 34 וויי, וואס האבן מיר מיט דיר, יהושע/ישוע* פון נצרת? ביסטו געקומען אונדז צו פארטיליקן? איך ווייס ווער דו ביסט—דער קדוש אלקים (הייליקער פון ה׳). 35 און יהושע/ישוע* האט אויף אים אנגעשריגן, אזוי צו זאגן: שווייג און גיי ארויס פון אים! און דער בייזער *גייסט האט אים א ווארף געטאן ביז אין דער מיט, איז ארויס פון אים און האט אים גארנישט געשעדיקט. 36 און אויף אלעמען איז אנגעפאלן א מורא, און זיי האבן גערעדט איינער מיטן אנדערן, אזוי צו זאגן: וואס פאר א ווארט איז דאס, אז מיט מאכט און מיט כוח באפעלט ער די אומריינע גייסטער, און זיי גייען ארויס! 37 און דער קלאנג וועגן אים האט זיך פארשפרייט אויף יעדן ארט אין דער געגנט ארום.
38 און ער איז אויפגעשטאנען און איז ארויסגעגאנגען פון שול אין שמעונס הויז אריין. שמעונס שוויגער אבער האט געליטן פון א שטארק פיבער, און זיי האבן אים געבעטן פאר אירעטוועגן. 39 און ער האט זיך אנידערגעשטעלט איבער איר און האט אנגעשריגן דאס פיבער, און עס האט זי פארלאזט; און אין אן אויגנבליק איז זי אויפגעשטאנען און האט זיי באדינט.
40 און ווען די זון איז אונטערגעגאנגען, האבן אלע, וואס האבן געהאט קראנקע מיט פארשיידענע שלאפקייטן, זיי געברענגט צו אים; און ער האט ארויפגעלייגט די הענט אויף יעדן איינעם פון זיי און זיי געהיילט. 41 און עס זענען אויך ארויסגעגאנגען בייזע גייסטער פון פילע, שרייענדיק און זאגנדיק: דו ביסט דער זון פון דער אויבערשטער! און ער האט אנגעשריגן אויף זיי און האט זיי נישט געלאזט רעדן, ווייל זיי האבן געוואוסט, אז ער איז דער משיח.
42 און ווען עס איז געווארן טאג איז ער ארויסגעגאנגען און איז געקומען צו אן איינזאם ארט; און די המונים מענטשן האבן אים אויפגעזוכט און זענען געקומען צו אים, און האבן אים צוריקגעהאלטן, אז ער זאל נישט אוועק פון זיי. 43 ער אבער האט צו זיי געזאגט: אויך אין די אנדערע שטעט מוז איך אנזאגן די גוטע בשורה פון דעם קעניגרייך פון ה׳; ווייל דערצו בין איך געשיקט געווארן.
44 און ער פלעגט דרשענען אין די שולן פון יהודה.