קאפיטל צוויי
1 און דעם דריטן טאג איז געווען א חתונה אין קנה פון גליל; און ישועס מוטער איז דארטן געווען, 2 און אויך יהושע/ישוע* און זיינע תלמידים זענען פארבעטן געווארן אויף דער חתונה. 3 און ווען עס האט אויסגעפעלט וויין, זאגט ישועס מוטער צו אים: זיי האבן נישט קיין וויין. 4 און יהושע/ישוע* זאגט צו איר: וואס האב איך מיט דיר, אשה? מיין שעה איז נאך נישט געקומען. 5 זאגט זיין מוטער צו די סארווערס: וואס ער וועט אייך זאגן, זאלט איר טאן. 6 און דארטן זענען געווען אוועקגעשטעלט זעקס שטיינערנע וואסערגעפעסן, לויטן מנהג פון וואשן זיך ביי יידן, יעדעס איינע האט אנטהאלטן צו צוויי אדער דריי עמער. 7 זאגט יהושע/ישוע* צו זיי: פילט אָן די געפעסן מיט וואסער. און זיי האבן די דאזיקע אנגעפילט ביז ארויף. 8 און ער זאגט צו זיי: איצט שעפט אָן און טראגט עס צו דעם, וואס זיצט אויבנאן. און זיי האבן עס געטראגן. 9 ווי אבער דער, וואס איז געזעסן אויבנאן האט טועם געווען דאס וואסער, וואס איז געווארן וויין, און האט נישט געוואוסט פונוואנען עס איז—די סארווערס אבער, וואס האבן געשעפט דאס וואסער, האבן יא געוואוסט—רופט דער, וואס איז געזעסן אויבנאן דעם חתן, 10 און זאגט צו אים: יעדער מענטש שטעלט קודם כל אוועק דעם גוטן וויין, און ווען מען האט זיך שוין אנגעטרונקען, דעמאלט דעם ערגערן; און דו האסט באהאלטן דעם גוטן וויין ביז איצט. 11 דעם דאזיקן אנהויב פון די נסים האט יהושע/ישוע* געמאכט אין קנה פון גליל, און האט אנטפלעקט זיין הערלעכקייט, און זיינע תלמידים האבן אין אים געגלויבט.
12 נאך דעם איז ער אראפגעגאנגען קיין כפר‑נחום, ער און זיין מוטער און די ברידער און זיינע תלמידים, און זענען דארט פארבלייבן נישט קיין סך טעג. 13 און דער יידישער פסח איז געווען נאנט, און יהושע/ישוע* איז ארויפגעגאנגען קיין ירושלים. 14 און האט געפונען אין בית המקדש די פארקויפער פון רינדער און שאף און טויבן, און די געלט וועקסלער זיצן. 15 און ער האט געמאכט א קאנטשיק פון שטריקלעך און אלעמען ארויסגעטריבן פונם בית המקדש מיט די שאף און די רינדער; און אויסגעשיט דאס געלט פון די אויסבייטער און די טישן אומגעקערט; 16 און צו די, וואס האבן פארקויפט טויבן, האט ער געזאגט: נעמט די דאזיקע אוועק פונדאנען; מאכט נישט פון מיין פאטערס הויז א הויז פון מסחר. 17 זיינע תלמידים האבן זיך דערמאנט, אז עס שטייט געשריבן:
דער אייפער פון דיין הויז האט מיך פארצערט.
(תהלים סט, י.)
18 די יידן האבן דעריבער געענטפערט און געזאגט צו אים: וואס פאר א צייכן ווייזט דו אונדז, אז דו טוסט די דאזיקע זאכן? 19 האט יהושע/ישוע* געענטפערט און געזאגט צו זיי: צעשטערט דעם דאזיקן היכל, און אין דריי טעג וועל איך אים אויפשטעלן. 20 אזוי האבן די יידן געזאגט: זעקס און פערציק יאר איז דער דאזיקער היכל געבויט געווארן, און דו שטעלסט אים אויף אין דריי טעג? 21 ער אבער האט גערעדט וועגן דעם היכל פון זיין אייגענעם גוף. 22 דעריבער, ווען ער איז אויפגעשטאנען פון די טויטע, האבן זיך זיינע תלמידים דערמאנט, אז ער האט דאס דאזיקע געזאגט; און האבן געגלויבט אין דער (הייליקער) שריפט און אין דעם ווארט, וואס יהושע/ישוע* האט געזאגט.
23 און בעת ער איז געווען אין ירושלים דעם יום טוב פסח, האבן א סך געגלויבט אין זיין נאמען, זעענדיק די נסים, וואס ער האט געטאן. 24 יהושע/ישוע* אליין אבער האט זיך זיי נישט פארטרויט, ווייל ער האט אלעמען געקענט, 25 און נישט נייטיק געהאט, אז עמיצער זאל עדות זאגן וועגן דעם מענטשן; ווארום ער אליין האט געוואוסט וואס עס איז אין א מענטשן.