קאפיטל פיר און צוואנציק
‏1 און דעם ערשטן טאג פון דער *וואך, ווען עס האט אנגעהויבן טאגבראך, זענען זיי געקומען צום קבר, ברענגענדיק די בשמים, וואס זיי האבן צוגעגרייט. ‏2 זיי האבן אבער געפונען דעם שטיין אראפגעקייקלט פונם קבר; ‏3 און זענען אריינגעגאנגען, און האבן נישט געפונען דעם גוף פון דעם האר יהושע/ישוע*. ‏4 און עס איז געשען, בשעת זיי זענען אזוי געווען מבולבל וועגן דעם, זע, צוויי מענער זענען געשטאנען נעבן זיי אין שטראלנדיקע קליידער; ‏5 און ווי זיי האבן זיך דערשראקן און גענייגט די פנימער צו דער ערד, האבן די דאזיקע געזאגט צו זיי: וואס זוכט איר דעם לעבעדיקן צווישן די טויטע? ‏6 ער איז דא נישטא, נאר איז אויפגעשטאנען! דערמאנט זיך ווי ער האט גערעדט צו אייך, בשעת ער איז נאך געווען אין גליל, און געזאגט, ‏7 אז דער בר אנש מוז איבערגעגעבן ווערן אין די הענט פון זינדיקע מענטשן, און ווערן אויפגעהאנגען אויף א בוים, און דעם דריטן טאג ווידער אויפשטיין. ‏8 און זיי האבן זיך דערמאנט זיינע ווערטער, ‏9 און האבן זיך אומגעקערט פונם קבר, און דערציילט אלע די דאזיקע זאכן צו די עלף, און צו אלע איבריקע. ‏10 און דאס זענען געווען מרים פון מגדלה, און יוחנה, און מרים, יעקבס מוטער; און די איבריקע מיט זיי האבן דאס געזאגט צו די שליחים, ‏11 און די דאזיקע רייד זענען זיי פארגעקומען ווי פוסטע מעשיות, און האבן זיי נישט געגלויבט. ‏12 נאר פעטרוס האט זיך אויפגעהויבן און איז אהינגעלאפן צום קבר; און איינבייגנדיק זיך, זעט ער די תכריכים ליגן אליין; און ער איז אוועק צו זיך אהיים, וואונדערנדיק זיך איבער דעם, וואס איז געשען.
‏13 און זע, צוויי פון זיי זענען דעם זעלביקן טאג געווען אויפן וועג אין א *דארף אריין מיטן נאמען עמאוס, וואס איז געלעגן זעכציק אקער‑פעלד פון ירושלים. ‏14 און האבן געשמועסט צווישן זיך וועגן אלעם דעם, וואס איז פארגעקומען. און עס איז געשען, ‏15 בשעת זיי האבן געשמועסט און געהאלטן א וויכוח, האט יהושע/ישוע* אליין גענענט, און איז מיטגעגאנגען מיט זיי. ‏16 זייערע אויגן אבער זענען געהאלטן געווארן, כדי זיי זאלן אים נישט דערקענען. ‏17 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס פאר א ווערטער זענען דאס, וואס איר רעדט איינער מיט דעם אנדערן אונטערוועגנס? און זיי זענען געבליבן שטיין מיט באטריבטע פנימער. ‏18 און דער איינער מיטן נאמען קלעאפאס, האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: ביסטו דער איינציקער פרעמדער אין ירושלים, און ווייסט נישט וואס עס איז דארט געשען אין די דאזיקע טעג? ‏19 און ער האט צו זיי געזאגט: וואס? און זיי האבן צו אים געזאגט: דאס פון יהושע/ישוע* פון נצרת, וואס איז געווען א נביא, מעכטיק אין טאט און אין ווארט פאר ה׳ און דעם גאנצן פאלק; ‏20 און וויאזוי אונדזערע הויפט כהנים און שרים האבן אים איבערגעגעבן, אז ער זאל פארמשפט ווערן צום טויט, און האבן אים אויפגעהאנגען אויף א בוים. ‏21 מיר אבער האבן געהאפט, אז ער איז דאס, וועלכער האט געזאלט אויסלייזן דאס (פאלק) ישראל. און אויסער דעם איז שוין היינט דער דריטער טאג, זינט די דאזיקע זאכן זענען געשען. ‏22 נאר אפילו אייניקע פרויען, וואס געהערן צו אונדז, האבן אונדז איבערראשט, קומענדיק אינדערפרי צום קבר; ‏23 און ווען זיי האבן נישט געפונען זיין גוף, זענען זיי געקומען, און האבן געזאגט, אז זיי האבן אויך געזען א דערשיינונג פון מלאכים, וועלכע האבן געזאגט, אז ער לעבט. ‏24 און אייניקע פון די אונדזעריקע זענען אוועק צום קבר, און האבן עס געפונען פונקט אזוי, ווי די פרויען האבן געזאגט, אים (אליין) אבער האבן זיי נישט געזען. ‏25 און ער האט צו זיי געזאגט: אָ, איר נאראנים און וואס דאס הארץ איז אייך שווער צו גלויבן אלץ, וואס די נביאים האבן גערעדט! ‏26 צי האט דען דער משיח נישט געדארפט ליידן די דאזיקע זאכן, און אריינגיין אין זיין הערלעכקייט אריין? ‏27 און אנהויבנדיק פון (תורת) משה און פון אלע נביאים, האט ער אויסגעטייטשט פאר זיי אין אלע שריפטן דאס, וואס האט א שייכות צו אים. ‏28 און זיי האבן זיך דערנענטערט צו דעם *דארף, וואואהין זיי זענען געגאנגען, און ער האט זיך געמאכט, ווי ער וואלט געוואלט גיין ווייטער. ‏29 און זיי האבן אים געבעטן, און האבן געזאגט: בלייב ביי אונדז, ווייל עס האלט שוין באלד ביים אוונט, און דער טאג האט זיך שוין גענייגט! און ער איז אריינגעגאנגען צו בלייבן ביי זיי. ‏30 און עס איז געשען, בשעתן אנידערזעצן זיך צוזאמען מיט זיי צום טיש, האט ער גענומען דאס ברויט, געמאכט א ברכה, האט עס צעבראכן און געגעבן צו זיי. ‏31 און זייערע אויגן זענען אויפגעעפנט געווארן, און זיי האבן אים דערקענט; און ער איז פון זיי פארשווונדן. ‏32 און זיי האבן געזאגט איינער צום אנדערן: צי האט דען נישט אונדזער הארץ געברענט אין אונדז, בשעת ער האט מיט אונדז גערעדט אויפן וועג, ווי ער האט אונדז אויפגעעפנט די כתבי (הקודש)? ‏33 און זיי זענען אויפגעשטאנען אין דער זעלביקער שעה און האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים, און האבן געפונען די עלף פארזאמלט, און די, וואס זענען געווען מיט זיי; ‏34 וועלכע האבן געזאגט: דער האר איז באמת אויפגעשטאנען, און האט זיך באוויזן צו שמעונען! ‏35 און זיי אליין האבן דערציילט, וואס עס איז געשען אויפן וועג, און וויאזוי ער איז פון זיי דערקענט געווארן ביים ברעכן דאס ברויט.
‏36 און בשעת זיי האבן גערעדט פון די דאזיקע זאכן, איז ער אליין געשטאנען אין דער מיט צווישן זיי, און זאגט צו זיי: שלום עליכם! ‏37 זיי אבער האבן געציטערט און מורא געהאט, מיינענדיק, אז זיי זען א *גייסט. ‏38 און ער האט צו זיי געזאגט: פארוואס זענט איר אזוי דערשראקן, און פארוואס שטייגן אויף ספקות אין אייער הארץ? ‏39 קוקט אויף מיינע הענט און אויף מיינע פיס, אז איך בין עס אליין! רירט מיך אָן און זעט! ווייל א *גייסט האט נישט קיין פלייש און ביין, ווי איר זעט, אז איך האב. ‏40 און ווי ער האט דאס געזאגט, האט ער זיי געוויזן די הענט און די פיס. ‏41 און בשעת זיי האבן נאך אלץ נישט געגלויבט פאר פרייד, און זיך געוואונדערט, האט ער צו זיי געזאגט: צי האט איר דא עפעס צו עסן? ‏42 האבן זיי אים געגעבן א שטיק געבראטענעם פיש. ‏43 און ער האט עס גענומען, און געגעסן פאר זייערע אויגן.
‏44 און ער האט צו זיי געזאגט: דאס זענען מיינע ווערטער, וואס איך האב צו אייך גערעדט, בשעת איך בין נאך געווען מיט אייך, אז אלץ מוז דערפילט ווערן, וואס עס שטייט געשריבן אין תורת משה, און אין די נביאים, און אין תהלים, וועגן מיר. ‏45 דעמאלט האט ער אויפגעעפנט זייער פארשטאנד, משיג צו זיין די כתבי (הקודש); ‏46 און האט צו זיי געזאגט: אזוי שטייט געשריבן, אז דער משיח זאל ליידן, און אויפשטיין פון די טויטע דעם דריטן טאג, ‏47 און אז אין זיין נאמען זאל אויסגערופן ווערן א תשובה צו דער פארגעבונג פון זינד צווישן אלע פעלקער—אנהויבנדיק פון ירושלים. ‏48 איר זענט עדות פון די דאזיקע זאכן. ‏49 און זע, איך שיק אויף אייך די הבטחה פון מיין פאטער; איר אבער בלייבט אין דער שטאט, ביז איר וועט אנגעקליידט ווערן מיט גבורה פון אויבן.
‏50 און ער האט זיי ארויסגעפירט ביז נאנט קיין בית‑היני, און האט אויפגעהויבן זיינע הענט, און זיי געבענטשט. ‏51 און עס איז געשען, בשעת דעם בענטשן זיי, האט ער זיך פון זיי אפגעשיידט, און איז ארויפגענומען געווארן אין הימל אריין. ‏52 און זיי האבן זיך אומגעקערט קיין ירושלים מיט גרויס פרייד; ‏53 און זענען תמיד געווען אין בית המקדש, לויבנדיק ה׳.