קאפיטל דריי און צוואנציק
‏1 און זייער גאנצע עדה איז אויפגעשטאנען, און אים אוועקגעפירט צו פילאטוסן. ‏2 און זיי האבן אנגעהויבן אים צו באשולדיקן, אזוי צו זאגן: דעם דאזיקן האבן מיר געפונען פארפירן אונדזער פאלק, און ער פארווערט צו צאלן שטייערן צום קיסר; ער זאגט אויך, אז ער איז דער (רבי) מלך המשיח. ‏3 און פילאטוס האט אים געפרעגט, אזוי צו זאגן: דו ביסט דער קעניג פון די יידן? און ער האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: דו זאגסט עס! ‏4 האט פילאטוס געזאגט צו די הויפט כהנים און צו די המונים מענטשן; איך געפין נישט קיין שום שולד אין דעם דאזיקן מענטשן! ‏5 זיי אבער האבן זיך געהאלטן דערביי, און געזאגט: ער העצט אויף דאס פאלק, לערנט איבערן גאנצן (לאנד) יהודה, און אנהויבנדיק פון גליל אזש ביז אהער! ‏6 און ווי פילאטוס האט דאס געהערט, האט ער געפרעגט, צי דער מענטש איז א גלילי, ‏7 און דערוויסנדיק זיך, אז ער איז פון הורדוסנס ממשלה, האט ער אים אוועקגעשיקט צו הורדוסן, וועלכער איז אליין אויך געווען אין ירושלים אין די דאזיקע טעג.
‏8 און הורדוס האט זיך זייער געפריידט, זעענדיק יהושען/ישוען*; ווארום שוין א לאנגע צייט ווי ער האט אים גערן געוואלט זען, צוליב דעם וואס ער האט געהערט וועגן אים, און האט געהאפט צו זען עפעס אן אות געטאן פון אים. ‏9 און ער האט אים געשטעלט א סך קשיות; ער אבער האט אים גארנישט געענטפערט. ‏10 און די הויפט כהנים און די סופרים זענען געשטאנען און האבן אים אייפעריק אנגעקלאגט. ‏11 און הורדוס מיט זיינע זעלנער האבן אים פאראכט און אפגעשפאט פון אים, און אנטוענדיק אים אין א פראכטפול מלבוש, האט ער אים צוריקגעשיקט צו פילאטוסן. (ישעיהו נג, ז-ח.) ‏12 און הורדוס און פילאטוס זענען געווארן פריינד איינער מיטן אנדערן אין דעם זעלביקן טאג; ווארום פריער האט געהערשט א שנאה צווישן זיי.
‏13 און פילאטוס האט צוזאמענגערופן די הויפט כהנים און די שרים און דאס פאלק. ‏14 און צו זיי געזאגט: איר האט אהערגעברענגט דעם דאזיקן מענטשן פאר מיר, ווי א פאלקספארפירער; און זע, איך האב אים אויסגעפארשט פאר אייך, און האב נישט געפונען אין דעם דאזיקן מענטשן קיין שום שולד, וואס שייך דעם, וואס איר קלאגט אים אָן; ‏15 ניין, אפילו הורדוס אויך נישט; ווארום ער האט אים צוריקגעשיקט צו אונדז; און זע, ער האט גארנישט געטאן, פארוואס ער זאל זיין חייב מיתה. ‏16 איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק, און אפלאזן. ‏17 און ער האט געמוזט אפלאזן פאר זיי איינעם אויף יום טוב. ‏18 און דער גאנצער המון האט געשריגן, אזוי צו זאגן: אוועק מיט דעם דאזיקן, און באפריי אונדז בר‑אבאן! ‏19 וועלכער איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד, וואס איז פארגעקומען אין דער שטאט, און צוליב א מערדעריי. ‏20 און ווידער האט פילאטוס אויסגערופן צו זיי, וועלנדיק אפלאזן יהושען/ישוען*; ‏21 זיי אבער האבן געשריגן, אזוי צו זאגן: אויפהענגען אים אויף דער בוים! אויפהענגען אים אויף דער בוים! ‏22 און צום דריטן מאל האט ער צו זיי געזאגט: וואס פאר א בייז האט ער דען געטאן? איך האב נישט געפונען קיין שום טויט שולד אין אים; איך וועל אים דעריבער לאזן געבן שלעק און באפרייען. ‏23 זיי אבער האבן אנגעהאלטן מיט הויכע קולות, פאדערנדיק, אז ער זאל אים אויפהענגען אויף א בוים. און די געשרייען זייערע האבן גובר געווען. ‏24 און פילאטוס האט געמשפט, אז זייער פאדערונג זאל געשען. ‏25 און האט באפרייט דעם, וואס איז אריינגעווארפן געווארן אין געפענקעניש אריין צוליב אן אויפשטאנד און מערדעריי, וועמען זיי האבן באגערט; יהושען/ישוען* אבער האט ער איבערגעגעבן צו זייער ווילן.
‏26 און ווי זיי האבן אים אוועקגעפירט, האבן זיי געכאפט א געוויסן שמעון פון קירניה, קומענדיק פונם פעלד, און האבן ארויפגעלייגט אויף אים דעם בוים, אז ער זאל אים טראגן נאך יהושען/ישוען*. ‏27 און עס האט אים נאכגעפאלגט א גרויסער המון עם און פרויען, וואס האבן אים באקלאגט און באוויינט. ‏28 יהושע/ישוע* אבער האט זיך אויסגעדרייט צו זיי און געזאגט: טעכטער פון ירושלים, וויינט נישט איבער מיר; נאר וויינט ליבער איבער זיך אליין, און איבער אייערע קינדער! ‏29 ווייל זע, עס קומען טעג, אין וועלכע מען וועט זאגן: וואויל איז די עקרות, און די לייבער, וואס האבן נישט געבוירן, און די בריסטן, וואס האבן נישט געגעבן צו זויגן! ‏30 דעמאלט וועט מען אנהויבן צו זאגן צו די בערג: פאלט אויף אונדז! און צו די בערגלעך: דעקט אונדז צו! ‏31 ווייל אויב מען טוט דאס צום גרינעם האלץ, וואס וועט שוין געשען צום פארדארטן?
‏32 און צוויי אנדערע, פארברעכער, זענען געפירט געווארן צוזאמען מיט אים געטייט צו ווערן.
‏33 און ווען זיי זענען געקומען צו דעם ארט, וואס מען רופט עס גלגלתא, האבן זיי אים דארט אויפגעהאנגען אויף א בוים, און די פארברעכער, דעם אויף דער רעכטער *זייט און דעם אויף דער לינקער זייט. (ישעיהו נג, יב.) ‏34 יהושע/ישוע* אבער האט געזאגט: פאטער, פארגיב זיי, ווארום זיי ווייסן נישט, וואס זיי טאן! זיי אבער האבן זיך צעטיילט זיינע קליידער און געווארפן גורל. (תהלים כב, יח.) ‏35 און דאס פאלק איז געשטאנען און האט עס צוגעזען. און אויך די שרים האבן אפגעשפאט פון אים, אזוי צו זאגן: אנדערע האט ער געהאלפן; זאל ער זיך אליין העלפן, אויב ער איז דער משיח, דער אויסדערוויילטער פון ה׳! ‏36 און אויך די זעלנער האבן אים אויסגעלאכט, צוקומענדיק צו אים, און ברענגענדיק עסיק פאר אים. (תהלים סט, כא.) ‏37 און האבן געזאגט: אויב דו ביסט דער קעניג פון די יידן, ראטעווע דיך אליין! ‏38 און איבער אים איז אויך געווען אן אויפשריפט: דאס איז דער קעניג פון די יידן.
‏39 איינער אבער פון די פארברעכער, וואס זענען געהענגט געווארן, האט אים געלעסטערט, אזוי צו זאגן: צי ביסטו דען נישט דער משיח? ראטעווע זשע דיך אליין און אונדז! ‏40 נאר דער אנדערער האט ענטפערנדיק אנגעשריגן אויף אים, און געזאגט: דו האסט אויך נישט קיין מורא פאר ה׳, ביסט דאך אין דעם זעלביקן משפט! ‏41 מיר טאקע מיט רעכט; ווארום מיר האבן באקומען דאס, וואס אונדזערע מעשים זענען ווערט געווען; ער אבער האט דאך נישט געטאן קיין שום עוולה! ‏42 און האט געזאגט: יהושע/ישוע*, געדענק מיך, ווען דו קומסט אין דיין מלכות אריין! ‏43 און ער האט צו אים געזאגט: באמת זאג איך דיר: היינט וועסטו זיין מיט מיר אין גן עדן!
‏44 און עס איז שוין געווען ארום דער זעקסטער שעה, און א פינסטערניש איז געקומען איבערן גאנצן לאנד ביז דער ניינטער שעה. ‏45 און די זון איז פארפינסטערט געווארן, און דאס פרוכת פון היכל האט זיך צעריסן אין צווייען אין דער מיט. ‏46 און יהושע/ישוע* האט א געשריי געטאן מיט א הויך קול, און געזאגט: פאטער, אין דיינע הענט גיב איך איבער מיין *גייסט! און דאס זאגנדיק, האט ער אויסגעהויכט זיין אטעם. (תהלים לא, ה.) ‏47 ווי אבער דער אפיציר האט געזען, וואס עס איז געשען, האט ער אפגעגעבן כבוד צו ה׳, אזוי צו זאגן: דער דאזיקער מענטש איז באמת געווען א צדיק! ‏48 און אלע המונים מענטשן, וואס זענען זיך צונויפגעקומען צו דער דאזיקער זעונג, זעענדיק די זאכן, וואס זענען געשען, האבן זיך געשלאגן אויף דער ברוסט און זיך אומגעקערט. ‏49 עס זענען אבער געשטאנען אלע זיינע באקאנטע פונדערווייטנס, און די פרויען, וועלכע האבן אים נאכגעפאלגט פון גליל, און האבן דאס צוגעזען.
‏50 און זע, א געוויסער מאן מיטן נאמען יוסף, וועלכער איז געווען א יועץ, אן איש טוב וצדיק, ‏51 (ער איז נישט געווען איינשטימיק מיט זייער עצה און מיט זייער טאן) פון הרמתים, א יידישע שטאט, וועלכער האט געהאפט אויף דעם קעניגרייך פון ה׳; ‏52 ער איז געגאנגען צו פילאטוסן און האט געבעטן פון אים ישועס גוף. ‏53 און האט אים אראפגענומען, אים איינגעוויקלט אין א ליילעך, און געלייגט אין א קבר, אויסגעהאקט אין א פעלדזן, וואו עס איז נאך קיינמאל קיינער נישט געלייגט געווארן. ‏54 און דער טאג איז געווען ערב שבת, און דער שבת האט שוין געהאלטן ביים צופאלן. ‏55 די פרויען אבער, וואס האבן אים באגלייט פון גליל, זענען נאכגעגאנגען, און האבן געזען דאס קבר, און וויאזוי זיין קערפער איז געלייגט געווארן. ‏56 און האבן זיך אומגעקערט, און צוגעגרייט בשמים און זאלבן.
און שבת האבן זיי גערוט לויט דעם געבאט (פון דער תורה).