קאפיטל עלף
1 און עס איז געשען, בשעת ער האט מתפלל געווען אויף א געוויס ארט; און אז ער האט אויפגעהערט, האט איינער פון די תלמידים זיינע געזאגט צו אים: האר, לערן אונדז תפילה צו טאן, אזוי ווי יוחנן האט אויך געלערנט זיינע תלמידים! 2 און ער האט צו זיי געזאגט: ווען איר טאט תפילה, זאלט איר זאגן: פאטער, געהייליקט זאל ווערן דיין נאמען. זאל דיין מלכות קומען. 3 גיב אונדז יעדן טאג אונדזער טעגלעך ברויט! 4 און פארגיב אונדז אונדזערע זינד, ווארום מיר אליין זענען אויך מוחל יעדן איינעם, וואס איז אונדז שולדיק. און ברענג אונדז נישט צו קיין נסיון.
5 און ער האט צו זיי געזאגט: ווער פון אייך וועט האבן א פריינד, און ער וועט גיין צו אים אין מיטן דער נאכט און זאגן צו אים: פריינד, ליי מיר דריי לעבלעך ברויט, 6 ווייל א פריינד מיינער איז געקומען פון אונטערוועגנס צו מיר, און איך האב נישט וואס אנידערצולייגן פאר אים; 7 און יענער אינעווייניק ענטפערנדיק וועט זאגן: זיי מיך נישט מטריח; די טיר איז שוין צוגעשלאסן, און מיינע קינדער זענען מיט מיר אין בעט; איך קען נישט אויפשטיין און דיר געבן! 8 איך זאג אייך; אויב ער וועט נישט אויפשטיין און אים געבן, מחמת ער איז זיין פריינד, דאך צוליב זיין עזות פנימדיקייט וועט ער אויפשטיין און אים געבן, אזויפיל וויפל ער באדארף. 9 און איך זאג אייך: בעט, און עס וועט אייך געגעבן ווערן, זוכט, און איר וועט געפינען; קלאפט אָן, און עס וועט אייך אויפגעמאכט ווערן! 10 ווארום יעדער איינער, וואס בעט, באקומט; און ווער עס זוכט, געפינט; און דעם, וואס קלאפט אָן, וועט אויפגעמאכט ווערן. 11 און וועמען פון אייך, וואס איז א פאטער, דער זון וועט בעטן ברויט, צי וועט ער אים דען געבן א שטיין? אדער פיש, צי וועט ער דען אים געבן א שלאנג אנשטאט פיש? 12 אדער אויב ער וועט בעטן אן איי, צי וועט ער דען אים געבן אן עקדיש? 13 דעריבער, אויב איר, זייענדיק שלעכט, ווייסט צו געבן גוטע גאב צו אייערע קינדער, על אחת כמה וכמה וועט דער פאטער פון הימל געבן דעם רוח הקודש צו די, וואס בעטן אים!
14 און ער האט ארויסגעטריבן א בייזן *גייסט, וואס איז געווען שטום. און עס איז געשען, ווען דער בייזער *גייסט איז ארויסגעגאנגען, האט דער שטומער גערעדט; און די מאסן האבן געשטוינט. 15 אייניקע אבער פון זיי האבן געזאגט: דורך דעם בעל‑זבול, דעם שר פון די בייזע גייסטער, טרייבט ער ארויס די בייזע גייסטער. 16 און אנדערע, אויספרואוונדיק אים, האבן פון אים פארלאנגט א צייכן פון הימל. 17 ער אבער, ווייל ער האט געוואוסט פון זייערע געדאנקען, האט צו זיי געזאגט: יעדע מלוכה, וואס איז צעטיילט קעגן זיך אליין, ווערט פארוויסט; און א הויז פאלט אויף א הויז. 18 און אפילו דער שׂטן, אויב ער איז צעטיילט קעגן זיך אליין, וויאזוי וועט זיין קעניגרייך האבן א קיום? ווייל איר זאגט, דורך דעם בעל‑זבול טרייב איך ארויס די בייזע גייסטער. 19 און אויב איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער דורך דעם בעל‑זבול, דורך וועמען טרייבן אייערע קינדער זיי ארויס? דערפאר וועלן זיי זיין אייערע שופטים. 20 אויב אבער איך טרייב ארויס די בייזע גייסטער מיט דעם פינגער פון ה׳, אזוי איז דאס קעניגרייך פון ה׳ שוין געקומען צו אייך! 21 ווען דער גבור, פעליק באוואפנט, באוואכט זיין הויף, בלייבט זיין פארמעגן אין פרידן; 22 ווען אבער א שטארקערער פון אים קומט און באזיגט אים, וועט ער אוועקנעמען זיינע כלי זין, אויף וועלכע ער האט זיך פארלאזט, און וועט צעטיילן זיין רויב. 23 ווער עס איז נישט מיט מיר, דער איז קעגן מיר; און ווער עס זאמלט נישט איין מיט מיר, דער צעשפרייט. 24 ווען דער אומריינער *גייסט גייט ארויס פון דעם מענטשן, גייט ער אדורך איבער ערטער, וואו עס איז קיין וואסער נישטא, זוכנדיק מנוחה; און ווייל ער געפינט נישט, זאגט ער: איך וועל מיך אומקערן צו דעם הויז מיינעם, פון וואנען איך בין ארויס. 25 און ער קומט און געפינט עס אויסגעקערט און אויסגעצירט. 26 דעמאלט גייט ער און נעמט מיט זיבן אנדערע ערגערע גייסטער ווי ער איז אליין, און זיי גייען אריין און וואוינען דארטן, און דער סוף פון יענעם מענטשן ווערט ערגער ווי דער אנהויב.
27 און עס איז געשען, בשעת ער האט דאס גערעדט, האט א געוויסע פרוי פון דעם המון מענטשן אויפגעהויבן איר קול און געזאגט צו אים: אז וואויל איז דעם מוטערלייב, וואס האט דיך געטראגן, און די בריסט, וועלכע דו האסט געזויגן! 28 ער אבער האט געזאגט: יא, וואויל איז די, וואס הערן ה׳ס ווארט, און היטן עס אפ!
29 ווי אבער מאסן מענטשן האבן אהערגעשטראמט צו אים, האט ער אנגעהויבן צו זאגן: דאס דאזיקע דור איז א בייז דור! עס פארלאנגט א צייכן; און קיין צייכן וועט אים נישט געגעבן ווערן אחוץ דאס צייכן פון יונה. 30 ווארום אזוי ווי יונה איז געווארן א צייכן פאר די אנשי נינוה, אזוי וועט דער בר אנש זיין פאר דעם דאזיקן דור. (יונה א, יז.) 31 די מלכה פון תימן וועט אויפשטיין אינם משפט מיט די לייט פון דעם דאזיקן דור און וועט זיי פאראורטיילן; ווייל זי איז געקומען פון די עקן פון דער ערד, צו הערן שלמהס חכמה און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי שלמה! ( מלכים א י, א-יג.) 32 מענער פון נינוה וועלן אויפשטיין אינם משפט מיט דעם דאזיקן דור און וועלן עס פאראורטיילן; ווייל זיי האבן תשובה געטאן אויף יונהס רוף; און זע, דא געפינט זיך א גרעסערער ווי יונה. (יונה ג.)
33 קיינער צינדט נישט אן קיין ליכט און שטעלט עס אויף א פארבארגן ארט, אויך נישט אונטער א מאסשעפל, נאר אויף א לייכטער, כדי די, וואס קומען אריין, זאלן זען דעם העלן שיין. 34 דאס ליכט פון דעם קערפער איז דאס אויג דיינס. ווען דיין אויג איז געזונט, איז אויך דיין גאנצער קערפער ליכטיק; אויב אבער עס איז שלעכט, איז אויך דער גאנצער גוף דיינער חושך. 35 גיב זשע אכטונג, אז דאס ליכט אין דיר זאל נישט זיין קיין פינסטערניש! 36 אויב דעריבער דיין גאנצער קערפער איז ליכטיק, אז ער האט נישט קיין פינסטערן חלק, וועט ער זיין אינגאנצן ליכטיק, ווי ווען דאס ליכט באשטראלט דיך מיט זיין שיין.
37 און בשעת ער האט גערעדט, האט א פרוש אים פארבעטן, אז ער זאל עסן ביי אים. און ער איז אריינגעגאנגען און האט זיך געזעצט צום טיש. 38 און דער פרוש האט זיך געוואונדערט, זעענדיק, אז ער האט זיך נישט צו ערשט געוואשן פארן עסן. 39 און דער האר האט געזאגט צו אים: איצט מאכט איר, פרושים, ריין דעם בעכער און די שיסל פון אויסנווייניק, דאס אינעווייניקסטע אבער אין אייך איז פול מיט גזלה און רשעות. 40 נאראנים וואס איר זענט! צי האט דען נישט דער, וואס האט געמאכט דאס אויסנווייניקסטע, אויך געמאכט דאס אינעווייניקסטע? 41 גיט נאר צדקה פון דעם, וואס איז דרינען, און זע, אלץ איז ריין פאר אייך! 42 נאר וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר גיט אפ מעשר פון מיענטע און רוטע און פון יעדן גרינצייג, און זענט עובר אויף דעם משפט און דער ליבע פון ה׳; די דאזיקע האט איר געדארפט טאן און יענע אויך נישט אויסלאזן. 43 וויי איז צו אייך פרושים, ווייל איר האט ליב צו זיצן אויבנאן אין שול און אז מען זאל אייך אפגעבן שלום אויף די מערק. 44 וויי איז צו אייך, אז איר זענט ווי קברים, וואס מען דערקענט נישט; און די מענטשן, וואס גייען ארום אויף זיי, ווייסן עס נישט!
45 און איינער פון די חכמים האט ענטפערנדיק געזאגט צו אים: רבי, ווען דו זאגסט די דאזיקע זאכן, באליידיקסטו אונדז אויך! 46 ער אבער האט געזאגט: וויי איז אויך צו אייך, חכמי התורה; ווייל איר באלאדנט די מענטשן מיט שווערע משאות, וואס מען קען זיי קוים דערטראגן, און איר אליין רירט אפילו נישט אָן די לאסטן מיט איינעם פון אייערע פינגער. 47 וויי איז צו אייך, ווייל איר בויט די קברים פון די נביאים, וואס אייערע פאטערס האבן זיי געהרגעט. 48 אָט אזוי־אָ זענט איר עדות און איר האט א וואוילגעפעלן אין די מעשים פון די פאטערס אייערע; ווייל זיי האבן זיי געטייט, איר אבער בויט די קברים. 49 צוליב דעם האט אויך די חכמה פון ה׳ געזאגט: איך וועל שיקן צו זיי נביאים און שליחים, און א טייל פון זיי וועלן זיי אומברענגען און רודפן; 50 כדי דאס בלוט פון אלע נביאים, וואס איז פארגאסן געווארן זינט דער וועלטבאשאפונג, זאל געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור, 51 פון דעם בלוט פון הבל ביז צום בלוט פון זכריה, וואס איז אומגעקומען צווישן דעם מזבח און דעם בית (המקדש); יא, איך זאג אייך, עס וועט געפאדערט ווערן פון דעם דאזיקן דור, 52 וויי צו אייך, חכמי התורה, ווייל איר האט אוועקגענומען דעם שליסל פון וויסן; אליין זענט איר נישט אריינגעגאנגען, און די, וואס האבן געוואלט אריינגיין, האט איר פארווערט!